תג מ8מ1.ן חאפו1ומתמ1נצ 41,ד1611ם 6תע2עמ8מ/2ע21עפ אע צע1פ

0 .סא

םעטא אטץ 21:) אאום 06סון

יע =

שא9ט10010006 1.42412

2

א ונאת) 8608 מפופסנצ,41,א41160א

פ5דזדעפטע1,8559861א , 51 111 ג,

אט דאעס צססם תמפנסטפנצ 41 א10דע, א פדדעפט4-4 ,59 , 1דפ עט דע

60 881124מ19110פסנצ | 250-4900 413

)תע0ס. מע ויאע6אצ0ס80מגפ1נסמ1צ. ציעלעץ

עתד תסע ספאזספתאש? עס ןא,זא צתע4א תמ1ן1 תפ1וממנצ }ג,;11טסו1ם סתע8 ןעפ אק צ4ע1פ

;צם פעפונצסעע ,לע

4 1 01960ט) 1006 1

1 1זט06ץט) 106 67 4716/ /ד111זזם1 11811ט711ב) זזוסנוזש6פ 1116 101111601101 1 ז111/50//10 חזחטזסם הוח 100016 8160 208 06 +ז6ט10 1ס1011110011 16/3008 151911160118 0561 .כן /161

1010111115/6 800 614 5001 101111601101 679ט0111/'ש 160116116 8114 /רזזהבן 2 עס פמתאטזםץ סא פּמתעמזאתזא זא ז6116) 000 310615/1 8 1101

{ססתץפ 1201010021 8 68000/4.18קן 201060 עס ,6טחט 6װ00/66 סת 1 זסז1 002068 תסתק010ס עטס ע10 תסחהז1קפת1 סת 1 . ש016811014 100150 04 .151261 ,0ז16:05216 }0 1ת11202 600161/' 2084 0ס1סת 406 שט 4692 8

1285 /?זסקןסענק 4611606021ת1 סת8 +12עץעקסס 106 16506048 /6016-) 8008 ת310015 21ת14210 סת 1 תזגמנסס ססטק סח} ת1 /6ח614 18 4106 415 ,1606טשסתא עטס 04 0684 106 10 .פאססט ;טס תז -1460414160 06 גס ז106ס0 124עץעקסס +תסעזטס סת חס1תטצ 104 אעסטץ תגםקזס תג 15 +1 עס -- 0068 סתטז ששסחא טסץ 14 עס - צעסטצ 4018 0 +18צץקסס 6ע2061 תג 0(סת טסץ 1 .18061ט0ץ8ע01981121110 21 11גתזס צט עס ,153א 413-256-4900 24 סתסתק עט 024204ס 16256קן

נאָכן גאָט פון מדבר

/4466+ 486 )204 01 }36 06

ץזטזחסט) 1610 סחז מו 116 1650 זס 8חז8זס

צמאלסט60ס1ס}א 84818 צם

עס 20115066? '" 3 גע אט דג קייי

.8 .0 מ} 4110166

עס שוסא ,689ש81086 416 .סת1 1658 סינטסגויד

קאַדיע מאַלאַדאָווסקי

נאַבן גאָט פון מדבר

(דראַמע פון 5 אידישן לעבן ר אין 16טן | יאַרחונדערט) |

פֿאַרלאג פּאַפּירעגע בריק

אט 18088נצטסטס שא8ט 680 2461 24זמ4 א

פּערואָנען

דאָנאַ גראַציאַ מענדעס-נשיא,

דאַנא בריאַנדאַ -- דאָנא גראַציאַ'ס שװעסטער.

רעינא - - דאַנאַ גראַציאַ'ס טאָכטער.

גרעטא -- דאַָנא בריאַנדאַ'ס טאָכטער.

דאַן מיקעז, יוסף נשיא -- דאָנא גראַציאַ'ס פּלימעניק.

דאָן מאַרקאַ - - דער פארװאלטער פון די מענדעס געשעפטן ר' עובדיה - - א שליה פון נעאַפּאָל.

אַזאַר -- אַ בלינדער װאָס האַלט זיך איף בי די מענדעסעס אין פּאַלאַץ, אַ געליטענער פון דער אינקוויזיציע, |

שמואל -- דאָן מיקעז'ס ברודער. באַראַן דע רען ‏ - א פריינט פון די מענדעסעס. קעניגין מאַרי --- די רעגענטין פון בעלגיע, קאַרל דעם פינפטניס שװעסטער. ר' אברהם אושקי - - דער איבערזעצער פון חומש-פּעראַרא, און דאָנא גראַציאַ'ס א בעל יװעץ. איזאַבעלאא -- אַ שטוב-מיידל אין פּאַלאַץ פון די מענדעסעס. פּעדראָ -- א באַדינער, מעסיע ביזאר -- א נאָבעליקערי מוטער עליזא -- א פאָנאכין. אידן פון געטאָ, געסט, און אַנדערע.

ייט הס 1

פר אַ לאַג

אַ סדר ביי דער משפּחה פון אנוסים, מענדעס גשיא. אויף דער סצענע איז פינצטער. ביי דער שיין פון איין ליכט זצט מען עטלעכע שאָטגס בי אַ טיש, פון דער פינצטערקייט הערט מען א מענער שטים, װאָס זאָגט די הגדה.

שפוך עליהם זעמך וחרון אפּך ישיגם, תרדפם באף ותשמידם מתחת שמי אדוגי,

ד אָ ן טמ אַ ר ק אָ+ איך האָב געהערט טױיט. עמיצער קומט אַהער. אפשר זאָלן מיר אויסלעשן דאָט ליפט?

ד א 1 אַ ג ר אַ צ * אָ+ גאָט װעט אונז אויסהיטן פון בייז, מען װעט אַהער ניט קומען. (מען זעצט פאָר דאָס זאָג). אדוני שמך לעולם, אדוני זכרך לדור ודור. כי ידין אדוני עמו ועל עבדיו יתנחם, (מען הערט אַ קלאָפּ אין טיר, אַ צייכן- קלאַפּ).

ד אָן מ יק ע ו: עס איז אַן אייגענער. עפנט אים. (מען זעט ביי דער ט- קעלער שיי, וי עס עפנט זיך אַ טיר און אַ געשטאַלט קומט אַרײן,

ד אַנאַ פריא: דא מיט ערעק): א מאָנאַךר!

ש מ ו א ל (דער אָנגעקומענער מאָנאַך): גוט יוֹם טוב! אליהו הנביא זאָל אונז ברענגען בשורות טובות,

דאָן מ יק צז (רעדט שטיט). שמואל! װאָס האָט דיך געבראַכט איצט, אין דער נאַכט ? |

ד אָ ג אַ 1 ר א צ * אָ + עפעס ניעס, חלילה ?

ש מ וז א ל: ניט קין גוטע נייעס. דער קייסער קאַרל האָט אַרױסגעשיקט אַ געהיימען בריוו,. מען זאָל אָנהוֹיבן אַ ציילונג פון די ייקריסטן אין אַנטװערפּן גזירות רוקן זיך אויף אונז אֶן

ד אָ ן מ י ק ע ז: גירות קען מען אָפּװוענדן.

ידאַנאַ ג ראצ יאָ: מיט גאָטס הילף.

ש מ וא ל + עס קען זיין אַן אָנפאַל אויפן פּאַלאַץ,

ד אָנאַ ג ר אַצ ‏ אָ: יי װעלן ניט װאָגן קומען אַהער.

ד אָן מי ק ע ז+ מען טאָר ניט איינשטעלן קיין נפשות.

|7{

ד אָנ אַ ‏ ב ריא נ דא: איך האָב דיך געבעטן גראַציא. מיר זאָלן ניט אָפּי ריכטן קיין סדר, מיר זאָלן ניט איינשטעלן דאָס לעבן צוליב די אידישע מנהגים, עס איז אַ געפאַר, אַ לעבנס-געפאַר.

ד אָ נאַ ג ר אַצ יאָ: די גרעסטע געפאַר איז, בריאנדא, אַז מען דערוייטערט זיך פון אונזער פאָטער אין הימל,

ש מ ואל : מען דאַרף אַװעקטראָגן די ספרים פונדאַנען

ד אָ נ אַ ג ר אַ צ י אַ: איך זאָג נאָכאַמאָל: זיי װעלן ניט װוװאָגן קומען צו אוֹנז אין פּאַלאַץ.

ד אָנאַ ב ר יאג ד א: װאָס ביסטו אַזױ זיכער, גראַציא 4 זיי האָבן דאָס שוין איינמאָל געטאָן ! זיי זיינען אונז באַפאַלן, פאַרשלעפּט מיין מאַן, דיעגאָ, אין די קעלערן... איך האָב מורא,.. (אַ קליינע פּאַוזע).

ש מ ו אל : איך װעל אַװעקטראָגן די ספרים. איך על זיי פאַרבאָרגן,

ד אָנ אַ ג ר אַ צ * אַ; גאָט זאָל דיך אויסהיטן פון טכנות אויף דיין וועג, שמואל, (עס װערט אַ באַװעגונג צוישן די מענטשךשאַטנםס. שמואל גייט צו צום ליכט און מען זעט, אַז ער איז אָנגעטאָ, װי אַ מאָנאך. ער טראָגט אַוועק די ספרים, מען לעשט אוים דאָס ליכט),

ד אָן מ יק ע ז פאַרענדיקט אַ תפילה אין דער פינצטער)

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ (מיט אַ געבראַכענער שטים). מלאכים זאָלן דערזאָגן די נישט דערזאָגטע תפילות אוֹן דו זאָלסט אונז, גאָט אײיביקער, ברענגען אין דיין לאַנד, מיר זאָלן קענען הויך און אומגעשטערט לויבן דיין נאָמען. (מען זעט װי די שאָטנס גײיען מיט האַלב פינצטערע טרעפ ארױיף)

יי סס יט

ערשטער אַקט

אל |* {וק גל 9ט ‏ פק צפ 5 וב {/ו : : ו 1 4 4 א 0 : 0 5 8 : 36 28 ער 8

אַ זאל ביי די מענדעסעס אין פאלאץ אין אנטװערפן. מוטער עליזא, א נאָנע, לערנט גרעטאַן

אויסנייען אויף א ראָם,. טוטער עליזא איז אָננעטאָן אין ברייטע שװארצע גאַנע-קלײדער און רעדט זינגענדיק טרום,

מוטצ ר צל יו א די װאָס זינען איבערגעגעבן דעם דערליזער מײטן גאַנצן האַרצן און האָבן ניט קיין פֿאַרבאָרגענישן, קיין געהיימניסן -- יענע דערלייזט װערן. דיין דאַרף זיין דאָס האַרץ ביי די, װאָס זייערע עלטערן האָבן גצ" זינדיקט און גיט אָנגענומֶען די הייליקע ווערטער.י.

ברע טא (לײגט אַועק די נאָדל). איך בין מיד, מוטער עליזא,

מוטצר ש ליוא מיט פרומשן פאַרוואורף): דאָס איז אַ הײיליק בילך. טאָכטער מיינע, טיט געבעט דאָרפסטו דאָס טאָן, װעט די מידקייט גיט האָבן קין האַנט איבער זיר. געהאַרכזאַמקײט און אונטערטעניקייט דאָרף מען זיך לערנעףן טאָכטער, ווייל די געהאָרכזאַמע און אונטערטעניקע װעלן קומען אין העכסטן קי" ניגרייך, זי היבט זיך אױף און בענטשט גרעטאן).

עס קומט אַרין בריאנדא)

ב רי א 1 ד אַ + בענטש מיך, מוטער עליזא. וייטיקן האָב איך אַ סך,

הוט 9 ר צלידא בענטשט ד): פֿאַרטרױ דיין האַרץ, טאַכטער בריאַנדא, פֿאַרן ברודער יעראָנים, און דו װעסט געהיילט װוערן . . . און וועלטלעכע עצות װעט ער דיר געבן.., און דו װעסט געבענטשט זיין. חי בענטשט בריאנדאן און שאַרט זיך אַװעק, וי אַ סטאַטוע אין די ברייטע קליידער) :

(עס קומט אַרין דער בלינדער אַזאַר, קלאַפּט מיטן שטעק, האַלט דעם קאָפּ אַרוױף או רעדט גיכער צום הימ?, װי צו עמיצן,

א זא ר +: זױ אייו שוין אַװעק, נאָר דעם ריח פון דער קירך האָט זי דאָ איבער" געלאָזט. איך הער זייערע טריט,, . פונדערווייטן דערקאָן איך זי (גרעטא גייט צו צו

| 9 {

=

אים און העלפט אים דורכגײַן דעם צימער) פיר מיך צו דער זון, גרעטא. די אױיגן האָבן זיי ביי מיר צוגענומען, די שװאַרצע קראָען, נאָר די זון קענען זיי ניט דער- גרייכן, די ליכטיקע באַשיצערין זאָל לעבן, זי האָט מיך מציל געווען פון זיי. (בריאנדא גיט זיך אַ קער אָפּ און זעצט זיך אױף אַ שטול).

בר יא נדא: אַ מטורף האַלט מען דאָ אין פּאַלאַץ... (קוקט נאָך אין דער ריכטנוג, וואו עס איז אַװעק דער בלינדער אזאר) דער פּאַלאַץ איז גרויס, און איך האָב זיך ניט וואו אַהינצוטאָן,. אַלע טאָג שליחים, געסט, שטאַפעטן...

ג ר ע ט א: עס איז דאָך שטענדיק אַזֹ געווען, מאַמאַ. ווען דער פאָטער האָט געלעבט, האָסטו מיר געזאָנט...

ב ר יא נ ד א (רײסט זי איבער): וען דער פאָטער האָט געלעבט איז מען געקומען צו די מענדעסעס! און איצט קומט מען צו דאָנאַ גראַציאַ מענדעס ! פּונקט וי אונזערע פאַרמגענס זאָלן געהערן צו איר אַליין און נישט צו אונז אַלעמען

ג ר ע ט א: ערגער זיך ניט, מאַמאַ, דער דאָקטאָר האָט געזאָגט, אַז רואיקייט איז נויטיק פאַר דיר.

ד אָ נ אַ ‏ ב ר י א נ ד א: עס איז מיר שטענדיק קאַלט, וען גראַציאָ נעמט אויף אירע שליחים, (גרעטאָ דעקט איה צו די פיס). גיי אַרײן, גרעטאַ, זע, צי דאָן מאַרקאָ איז דאָרטן מיט זי ? אויב זי האָט גערופן דאָן מאַרקאָ -- איז עס געלט! געלט דאַרף מען פאַר די אידישע קהילות. גיי, גרעטא,

ג ר ע ט א אומװױליק): אַ פרעמדער מענטש איז דאָרט... איך שעם זיך, מאַמאַ. '

ד אָ נאַ ב ר י א גנ ד א : דו האָסט מורא פאַר איר. מען שעמט זיך פאַר דעם, פאַר וועמען מען האָט מורא ! זי האָט אייך אַלעמען געמאַכט פאַר אירע קנעכט, אפילו מיין מאַן דיעגאָ. (עס קומט אַרין דאָנאַ גראַציאָ, בריאנדא ווערט שטיל),

ד אָ גנ אַ ג ר אַ צ י אַ : וי פילסטו זיך היינט, בריאַנדאַ? איך בין געוען פאַרנומען אַ גאַנצן טאָג, ניט געקענט דיך זען

בר י אנ ד א : שון וידער א שליח?

גראַ ציאַ: יע. (צוגרעטאָן) מאַדאַם באָשאַר װאַרט אויף דיר, גרעטא, דאַרפסט שרייבן,

ב ר יאנ ד א : צו װאָס דאַרף זי דאָס שרייבן ?4 זי האָט נאָך דאָס הייליקע בילד ניט פאַרענדיקט פאַרן מאָנאַסטיר,. מוטער עליזא איז אומצופרידן

ג ראציא: מוטער עליזא קומט צו אָפט אַהער אין פּאַלאַץ. נאָכשפּירער דאַרף מען דאָ.. . רעינא אוֹן גרעטא דאַרפן זיך לערנען שרייבן. מיר זיינען אַרומגערינגלט

|10{

מיט שונאים, מיר דאַרפן קענען ייער שריפט, װײסן זייער מחשבה... און זיך קענען שיצן. (צו גרעטאן גיי, גרעטא. (גרעטא גייט אַוועק),

בריאנדא קניטשט מיט די אַקסלע): אַז מען האָט אַזויפיל גאווה, װוי דן, האָט מען שונאים . , , פגװאַנען איז דער שליתח?

ד אָנאַ ג ר א צ י א : פון געאַפּאָל.

ד אָנאַ ב ר יא נד א: עס זיינען נאָך אַלץ דאָ אידן אין נעאַפּאָל? דאָרט איז דאָך געווען אַ גירוש. זי באַמערקט גראַציאם פּאַרוואונדערטן בליק) איך שפּאַס, גראציא..,

ג רא צי א: גאָט זאָל דיך ניט שטראָפן פאַר אַזאַ שפּאַס... דו זאָלסט וויסן, בריאנדא, אַז מיט אַלע גירושים אין אַלע לענדער --- מיינט מען אונז אויך, מיך און דיך, אָט דאָ אין אַנטװערפן,

ב ר י אנ ד אַ ; װאָס װיל דער שליח?

ג ר אַ צ * אַ: ער האָט געבראַכט אַן אַלטן בריו פון דיין מאַן, דיעגאָ זאָל ווען.

בריאַנדא: דיעגאָ איז דאָך שוין טויט, װאָס טויגן זיינע בריו'? גר אצ י א נאָך די טױטע בליײבן זייערע מעשים.

ב ריא ג ד א דערצערנט): איז װאָס האָט ער דאָרט צוֹ זיי געשריבן צו די אידן פון געאַפּאָל ?

בר א צי א: אַ געלט צואה פאַר דער קהילה.

ב ריאנ ד א: אֹיך װײס, אַז עס קומט אַ שליח, וויל ער געלט. און איצט, אַז דוֹ האַלסט די שליסלען אין האַנט, האָט מען זיך דערמאָנט פון אַלע אַלטע בריוו און פון אַלע אַלטע צזאָגן.

גר אַ ציא :; נישט צוליב אונזער זכות, בריאַנדא, האָט אונז גאָט באַשאָנקען מיט אַזויפיל אוצרות, דאָס קען גיט זיין אין זכות פון איין משפּחה. אגב, עס איז געווען דער ווילן פון מיין מאַן פראַנציסקאָ און פון זיין מאַן דיעגאָ, זאָלן רוען, אַז מיר זאָלן קומען צוהילף, ווען אַ קחילה איז אין גויט, און די אידישע קהילות שטייען איצט אין פייער.

בריאנדאַ װאַרפט אַראָפּ דעם צודעק פון די פיס): װאָס רופסטו אָן ק;קו" מען צו הילף" ? פעסער גאָלד צעשווימען אונטער דיינע הענט, גראַציאַ! זינט דו ביסט געװאָרן משגיח אוֹיף אונזערע פאַרמגענס ציט מען זיך אַהער פון אַלע עקן װועלט! עס איז אַ סכנה צו װערן אַזוי מפורסם, װײ דו! אין אַלע לענדער וייסט מען: דאָנאַ גראציא מענדעס! דו רײסט אויף די אױגן פון די קײסאָרים! און

11 ן

איצט אַז מען מאַכט די ציילונג פון די ניי'קריסטן, צו װאָס קומען אַהער אַזיפיל אידן אין פּאַלאַץ ? די אינקוויזיציע װעט זיך אַרומקוקן אויף אונז...

ד אָ ג אַ ג ר אַ צ * אַ ; אַז מען איז אין שטענדיקער געפאַר, קען מען זיך ניט אויסהיטן פון געפאַרן. אפילו דו זאָלסט זיך פאַרשטעלן פאַר אַ שעפּט, װעט מען דיך דערקאָנען, ווען מען װעט דיך װעלן דערקאָנען. (עס קומט אַרין רעינא פו אַ שפּאַציר, אָנגעטאָן אין אַ פוטערנער ראָטאַנדע. נאָך איר גייט איזאַבעלאַ, װאָס העלפט זיך איר אױיסטאָן.

ר ע י נ א (שטאַרק צעפלאַמט און גליקלעך): מאַמאַ! עס איז געווען אַזאַ גוטער שפּאַציר ! עס איז אַװי זוניק און שיין אינדרויסן!

ד אָ רא ג ר אצ י א: דו האָסט זיך פאַרשטעטיקט, רעינא, מאַדאַס באָשאַר װאַרט אויף דיר מיטן שרייבן. |

ב ר יא גנ דא: זי װעט ניט פאַרשפּעטיקן דאָס שרייבן. די קעפּ װערן שװאַ ביי די קינדער פון דער שרייבעריי. עס איז גאָרניט פאַר מיידלשע קרעפטן דאָס צו טאָן... (קלייבט זיך אַװעקליין.

א י ו אַ ב 9 ל א (שטאַרק אַנציקט): מיר האָבן באַגעגנט דעם פירשט פון אַראַגאָן ! ער האָט אונז באגלייט! מי נעמט צו די ראָטאַנדע און גייט אַװעק)

(בריאנדא שטעלט זיך אֶפּ ביי דער טיר און קערט זיך אום)

ב ר יא ננ דא: אִ! ער אי איצט אין אַנטװערפּן דער פירשט? דער פירשט פון אַראַגאָך ?

ר עיג א (קוקט דך אײין אויף דאָנא גראציא, װאָס איז געבליבן שטיין פאַר: טראַכט און אומצופריד); יע, סאַנטע בריאנדא... דער פירשט פון אַראַגאָן איז

געקומען אויף יאַגד אין די היגע װעלדער -- האָט ער מיר געזאָגט... און מיך האָבן זיך באַגעגנט,

ד אָ נ אַ ג ר א צ י א (שטרענ): פאַרװאָס פאָרט ער ניט איף יאַנד אין זיינע אייגענע וועלדער ? ר ע י גנ א : איך װייס ניט, מאַמאַ...

ב ר י א נ ד א: ער איז געווען צו דיר פריינטלעך דער פירשט? האַָ? ער איז געווען צוֹ דיר גוט גענויגט, האַ, רעינא ?

ר עינא: יע ער האָט מיר געװאָלט ווייזן אַ פוקס, װאָס ער האָט געשאָסן

נאָר איך האָב ניט געקענט זען... (פאַרמאַכט די אױגן מיט די הענט) ד אָנ אַ ג ר א ציא (פאַרענדיקט איר זאַץ): דו האָסט ניט געקענט זען קיין

=

12

בלוט, איך ווייט. מיר קענען ניט זען קיין בלוט. װעגן װאָס האָט ער מיט דיר גְצָי שמועסט. דער מירשט ?

ר ע ינא (צפריד) ר ער האָט מיך געבעטן איך זאָל מאָרגן אויך אַרױספאָרן אויף אַ שפּאַציר אין דער זעלבער צייט ! װעלן מיד זיך כאַנעגענען.

ד אַ בא ג הא שי א+ דאָס איז גישט ויטיק, רשינא.

ד אָ בא ב ר יא נ ד א 3 גראציא! ער איז דער פירשט פון אַראַגאָן. ער איז דאָך דער פירשט פון אַראַגאָן ! דער פירשט פון אַראַגאָן! עס איז דאָך אַ גלין פאַר רעינאָן ! גאָך דער קייזערלעכער משפּחה זיינען די אַראַגאַגס די ערשטע אין לאַנױ.

דאנ א 1 רא צ * א ; װאָט האָט עט צו טאָן מיט אונז4 װאָס גייט אוו אָן דער יחוס פון די פירשטן פון אראָגאָן? און דער יחוס זיערער -- מישטיגס געזאָגט --- זייערע בלוט פאַרגיטונגען . . גיי, רעינא, שרייבן צו דער מאַדאַם באַשאַ און בעט זי, אַז מאָרגן זאָל זי מיט דיד פאָרן שפּאַצירן נאָך מיטאָל.

ר צ ינא ממיט אַ ציטעריקער שסטים): יע, מאָמא. (גייט אַעק).

ד אָ גנ אַ ג ר אע * או בהאגדא, פֿאַרװאָס װעקסטו בי רעינאן אַועלכע געדאַנקען ?‏ רעינא איז יוגג, מען קען זי גרינג באַרוישן מיט אַ פירשטלעכער קרוין מיט מאַכט"גלוסטונג, צו װאָט טוסטו דאָס. בריאנדא? די פירשטן פין אַראַגאָן זייגען קריסטן !

בר יאבנדא: אי ואָס? דער פירשט פון אַראַגאָן אין יונג. רעינא געפֿעלט אים ! נישט אָפט מאַכט זיך אזא געלעגגחייט ! איבער אוו הענגנט נאָך דער פלעץ פוך דיעגאָס פּראַצעס אין דער אינקריזיציט... די קרוין פון די אַראַגאָגס האל אונן געשיצט אוֹן װאָלט אונז כבוד געפראכט.

ד אנא גר אצי א שצן װעט אנז גאָט! און דעם כבוד פון די אַרֹאַי גאָנס בין איך דייר מוחל ! דער יחוס פון די פערדישטאַלן מיט די יאַגדיהינט! די נשיא'ס האָבן זיך דורות לאַנג אויסגעהיט פון אויסמישונג מיט קריסטן, אוֹן כל ומ איך לעב װעט די גאַנצקײיט פון אונזער משפּחה ניט צעשטערט וערן!

בר יאה דה א (אָגט אירער די רייך): גל זמן איר לעב ! און פונװאַניי ווייסטו, אַז דו ביסט גערעכט?

ג ר א צ י א: עס אי ניט כדאי צו שמועסן װעגן דעם, בריאנדא. דו פאַרגעסט. זעט אויס, אַז דיעגאָ איז געווען זיין מאַן, און אַז דוֹ ביסט אַ נשיא !

ב ריא נדא: דיגאָ! ער האָט אױף אנז אומגליקן געבראַכט! און איצט דו מיט דיין אידישן שגצון ! די נשיא'ס ! די נשיא'ס די גאווה דיינע ! די נשיא'ס. (עס קומט אַריין איזאַבעלא מיט אַ זילבערנעם אױל-ברענער אין האַנט).

איואַבעל אַ: אַ שטאַפעט האָט עס געבראַכט פון באַראָן דע רען. "פאַר דער גנעדיקער דאָנאַ גראציא? --- האָט ער געזאָגט,

ד אָ נ אַ ג ר א צ י א (באַטראַכט דעם אױל-ברענער, גיט אַ שמיכל): אאָג דעם שטאַפעט, ער זאָל איבערגעבן דעם באַראָן אַ דאַנק. (איזאַבעלאַ שטעלט אַװעק דעם אויל-ברענער אויף אַ זײיטיקן טישל און גייט אַוועק)

בריי אנ דא (קוקט אָן גראַציאַן מיט אַ סאַרקאַסטישן שמייכל): נאָר רעינא טאָר זיך ניט באַגעגענען מיטן פירשט פון אַראַנאָן! עס איז גוט צו זיין אַ נשיא, אַז אַנדערע זאָלן שלעפּן די שטיינער פון אידישן יחוס ! (גייט אַװעק)

(דאָנאַ גראציא גייט זיך דורך איבערן צימער עטלעכע שפּאַן .עס קומט אַרין רעינא),

ר ע י ג א : מאַמאַ, איך בעט דיך, עס איז אַזױ פריילעך צו טרעפן זיך מיט די יעגערי..

ד אָ נא ג רא צ י א: דוֹ דאַרפסט ניט זיין צופיל באַפרײנדעט מיטן פירשט פון אַראַגאָן.

ר עינ א : פאַרװאָס, מאַמאַ? עס איז אַזױ גוט מיט אים צו פאַרברענגעןף

דאָ ג רא צי א : דו קענסט קיין בלוט ניט זע רעינא, און די פירשטן פון אַראַגאָן קענען פאַרגיסף בלוט,. עס איז ניט דיין געזעלשאַפט.

ר ע י נ א : מאַמאַ. בלויז מאָרגן דערלויב מיר פאָרן אויפן שפּאַציר איני דערפרי,. איך האָנ צוגעזאָגט דעם פירשט, איך וויל האַלטן װאָרט,

ד אָ נ א ג ר א צי א : ניט שטענדיק דאַרף מען האַלטן װאָרט, מיין קינד.

(רעינא גייט אַוועק אַ דערשלאָגענע צו דער טיך. דאָנאַ גראציא בלייבט ששטיין אַ פאַרטראַכטע. עס קומט אָן דאָן מיקעז. ער באַגעגנט רעינאָן ביי דער טיר).

ד אָן מ י ק עז: רעינא? (ער נעמט זי אָן צערטלעך פאַר ביידע באַקן, וו אַ קינד און קוקט איר אין פּנים). טרערן? וי קען מען ויינען אין אַזאַ זוניקן טאָג ! (ער נעמט זי אָרום און גייט מיט איך אַ פאָר טריט איבערן צימער)

ר ע ' נ א +: איך דאַרף גיין צוֹ מאַדאַם באָשאַר, דאָן מיקעז.

ד אָן מ י ק ע ז: אַ., דערפאַר ויינסטו? וען איך װאָלט באַדאַרפט פאַר- ברענגען עטלעכע שעה מיט מאַדאַם באָשאַר, װאָלט איך אויך געויינט,

ד אָנ אַ ג ר א צ יא: דאָן מיקעז!

ד אָן מי ק עז ניט אָפּלאָזזדיק רעינא): װי לערנט זי דיך ? (מאַכט נאָך.

11

מאַדאַס באָשאַר) בעאַטי פּאַופּערעס ספּיריטי (גליקלעך זיינען די װאָס זיינען אָרעם אין פאַרשטאַנד) כאַ, כאַ.,.. (ער לאָזט אָפּ רעינאן. זי גייט אַװעק),

ד אָ ן מ י ק ע ז: װאָס איז געשען מיט רעינאן?

ד אָ גנ אַ ג ר אַ צ * אַ: קינדערשע טרערן איך דערלויב איר גיט מאָרגן שפּאַצירן אינדערפרי,

דאָן מיי ק עז קקט ז אָן אַ ויילע, פאַרשטײיט): דער אייזל פון אַראַגאָן וויל אָפּגילטן זיין קרוין מיט אונזער גאָלך !

ד אָ נאַ ג ר א צ י א אפשר אַזװֹ".,. דער שליה פון נעאַפּאָל װויל זיך זען מיט אייך, דאָן מיקעז,

ד אָן מ יק עזג איך װעל דאָ היינט ניט קענען זיין. איך ויל זיך פאָרן זען מיטן פּרינץ מאַקסימיליאַן, מען דאַרף זיך דערויסן, װאָס דער קייסער קאַרל קלייבט זיך צו טאָן מיט די ניי-קריסטן, מיר דאַכט זיך, דאָנאַ גראציא, אַז איף אונז רוקט זיך אָן אַ װאַנט, און ווען זי װעט צוקומען צו נאָענט, װועלן מיר נגיט קענען אַנטלויפן פון איר ! (שוױיגט אַ ויילע. גייט אַריבער צו אַ לוסטיקן טאָ) אגב האָט מיר דער פרינץ מאַקסימיליאַן צוגעואָגט געבן ויין, װאָס איז אַלט הונדערט יאָר ! דעם וויין האָט מען נאָך געשטעלט איידער דער קייסער קאַרל איז געבאָרן געװאָרן --- עס דאַרף זיין גוטער וויין!

ד אָנ אַ ג ר א צ יא : דער קײסער קאַרל אין גאָטס שטראָף אויף אונה נייזקריסטן -- אידן --- מאַכן אים ענג אין דער אימפעריע! מיר האָבן אים רייך געמאַכט דאָס לאַנד, אויפגעהויבן דעם ים האַנדל, אויסגעבויט שטעט -- און ער גראָבט גריבער אונטער אונזערע פיס ! אוֹן סוף כל סוף איו די דאַנקבאַרקײט -- די קעלערן פון דער אינקוויזיציע! די ניייקריסטן זיינען שטענדיק אויסגעשטעלט אויף דעם אין קאַרלס אימפּער"ע.

ד אָן מ י ק ע ז האַלב ערנסט, האָלב אין שפּאָס): מיט הונדערטער אאָרן צוריק --- נאָך איידער מיר זיינען געבאָרן געװאָרן --- זיינען אונזערע נשמות געלעגן ביי אַ מלאך אונטערן פליגל און האָבן געזונגען שירה אַזױ פרום, אַז מען האָט פאַר אונז אױיסגעטראַכט דעם שװערסטן נסיון! ג י י - ק ר" ס ט ן! מיט גע- היימע נשמות און פאַרבאָרגענע מצוות יעדן טאָג! די ואונדערלעכע מצות, װאָס מען באַצאָלט פאַר זיי מיטן לעבן! עס אין כמעט אַן אײיביקער יום טוב פון קידוש השם ! אָט גייט אױף פאַר דיר די זון! או אָט רוקט זיך אױיף דיר אַ פינצטערע װאַנט...

ד אָ נ אַ ג ר א צ * א : דאָן מיקעז! מיר דאַכט זיך, אַז איר האָט שוין היינט פאַרזוכט פון דעם הונדערט-יאָריקן וויין,. איר זיינט היינט אַזױ לייכטזיניק.

|15

ד אָן מ י קע 7: דאָס איז דערפאַר, דאָנאַ גראציא, װאָס איך שמועס אָפט מיטן בישאָפּ,. איך האָב זיך פון אים אויסגעלערנט צו באַגריפן גאָט --- מיט א טראַפעלע עולם הזה,

ד אָ נ אַ ג ר א צ * א : גאָט איז מיט אייך, דאָן מיקעז, װאָס רעדט איר ?

אָז מ יק עז: פאַרװאָר, דאָנאַ גראציא ! דאָס איז ריכטיק. אַזאַ באַגרייפן פון נאָט איז מציל פון אַן עבירה: די עבירה פון צוייפל ! צוייפל קומט פון צו גדויסער אמונה. מידקייט פון גלויבן --- איז צוייפל. די װאָס טוען זיך אינגאַנצן אױס פין עולם הוה -- און די זון גיט איינמאָל אַ שיין איבער זיי אַזױ ליכטיל וי הייגט --- קענען זיי זיך גיט גוֹבר זיין, און פאַלן אַרײין אין אפּיקורסות,

ד אָנ אַ ‏ ג ר אצ יא : איר שפּאַסט, דאָן מיקעז! ד אָן מ י ק עז: צװישן ערנסט און שפּאַס איז אַ דינע מחיצה. שפּאַסנדיק

האָט מיר דער פּרינץ מאַקסימיליאַן געזאָגט, אַז דער קייטער קאַרל פאַלט אַריין אין פרומקייט, ווען ער פאַלט אַרין אין חובות. און דאָס האָט מיט אים פּאַסירט איצט,

און ער שטרעקס אייס זיין האַנט צו די ניי-קריסטן, כדי זיי צו באַריבן

דאָגאַ ג רא צ י א: מיר האָבן איין מיטל קעגן אים: שטיצן די קעניגין נאָרי! געבן איה הלואות, זי זאָל זיין אומאָפּהענגיק פון איר ברודער. עס איז נישטאָ קיין שװאַכערע זאַך, װי אַ מענטשלעך האַרץ, װאָס איז קױאַנק פון גאוה, מיט איין טראָפּן האָניק קען מען עס שיכור מאַכן, דער קעניגין מאַרי חלומט זיך ביינאַכט, אַז זי טראָגט דעם קייסערס קרוין. מען דאַרף זי דערמוטיקן, אַז אַזעלכט חלומות זאָלן זיך איר אָפּטער חלומען, און זי װעט זיך קעגנשטעלן דעם קייסערס באַפעלן קעגן די ניייקריסטן,

דאָן מ י קע ז: אָבער זײ איז בלויז רעגענטין די באַפעלן גיט אַרױס קאַרל,

ד אָ גנ אַ ג ר א צ א : די װאָס פירן דורך די באַפעלן זיינען אָפּט שטאַר- קער פין יענע, װאָס גיבן יי אַרױס,

ד אָ ן מ י ק ע ז: דאָס איז אַ הילצערנער פּלױט קעגן אַ פאַרפלײיצונג, צו דאַנג קען מען אונטער אַזאַ שוץ ניט זיין

געס קומען אַריץ דאָן מאַרקא און דער שליח פון נעאַפּאָל

ד אָן מ י ק ע ז גײט דעם שליח אַנקעגן און באַגריסט זיך מיט אים): וי גייט עס די אידן פון נעאַפּאָל נאָכן גירוש, ר' עובדיה ?

ר' עוב די ה: אָ... זײ דינען דעם רבונו של עולם... און גאָט זאָל זיך מרחם זיין אויף זיי,

דאָן מיקעז און דער שליח גײען אַװעק אין דער טיף און שמועסן ששטיל)

.}161

ד אָן מ אַ ר ק אָ (דערלאַנגט דאָנאַ גראציא אַן אויפגעויקלטן פּאַרמאַטענעם גויל): דאָ האָב איך אויסגערעכנט אַלע פּרטים פאַר דער יערלעכער שטיצע פאַר די אידן פון נעאַפּאָל,

ד אָנאַ ג ר אַ ציא (קקט דורך דעם כתב): פאַרשרייבט, דאָן מאַרקאָ, אַז דער כתם ווערט אַרױסגעגעבן דריי יאָר נאָכן גירוש. אַז עס קומט שטיצע די פֿאַר" טריבענע פון שטאָט, דײ פאַרקויפטע פאַר קנעכט -- אויסליזונג. דאָס אַלץ דאַרף זיין פאַרשריבן בפירוש אין כתכ. (דאָן מארקא עפנט אַ טיר אין דער אַנטקעגנדיקער װאַנט. דאָרט שטײט אַ טיש. ער נעמט אַ גענזענע פעדער אן שניצט זי. מען זעט אַז דאָס שרײיבן איז נישט אַזא פשוטער ענין פאַר אים. ער שרײבט מיט גרױט אויפמערקזאַמקיים),

(עס קומען צו רי עובדיה או דאָן מיקע))

ר' ע וב די ה + נאָכן גירוש פוֹן געאַפּאָל איז אַן אימה באַפאַלן די אידישע קחילות פון איטאַליע, מען איז נישט זיכער מיטן מאָרגן, אַ סך אידן האָט מען מיט גװאַלד געשלעפּט פון די שיפן, וען זי האָבן געװאָלט אַנטלױפן, און מען האָט אויף זיי געגאָסן טויף װאַסער, אידן האָנן זיך געװאָרפן אין די טיפעגישן פון ים כֿדי אויסמיידן שמף. *

ד אָ נאַ ג ר א צ י א: גאָט זאָל זיך נוקם זיין פאַר די רציחות.

ר" ע וב די ה + אָסך אדן האָט מען פאַרקויפט פאַר קנעכט. געשלעפט זיי צוגעשמידטע איינעם צום אַנדערן, א לאַנגע קייט. אַ לאַנגע קייט פון יסורים,

ד אָן מ י ק ע א אך האָב יי געזען די קנעכט אויפן אינזל מאַלטע, אידן פאַרטריבענע פון ליסבאָן און פון נאווארע, און פון מילאַן און פון טוניז און פון נעאַפּאָל... און מיר דאַרפן איצט זיין גרייט צו גזירות,. אידן-האַס איז אָנשטעקנדיק, ווווי אַ פעסט, און מיר וייסן ניט קיין רפואה דערצו, ר' עובדיה, |

ר' ע וב ד י ה +: מיר זינען א פאָלק פון געדולד און אמונה, דאָן מיקעז מיר זיינען אַלטע דאָקטוירים, אברהם אבינו האָט געהיילט די װעלט פון געצנדינסט, משה רבינו פון אומרעכט און פון רציחה -- ער האָט אָנגעזאָגט -- לא תרצה. מיר װעלן נאָך אויסהיילן די חולאת פוֹן שנאה, און די חולאת פון רשעות... און פון בלוטפאַרגיסונג,

ד אָגאַ ג ר א צ יא ! זי האָבן די חולאתן און מיר -- די וייטיקן. נאָר מען טאָר ניס סראַכטן װעגן גאָסט דרכים, מסתם זיינען זי גערעכטע.

ד אָ ן מ יק ע ז+: איר מאַכט אַ טעות, ר' עובדיה. מיר װעלן קיײנמאָל די פעלקער פון זייער שנאה צו אידן ניט אויסהיילן

17

ד אָ נ אַ ג ר א צ י א : גאָט װעט אונדז איסלייזן, מיר זאָלן ניט דאַרפן אָנקומען צום חסד פון פעלקער.

ר' ע ו ב ד יה : אודאי! עס װעט דאָך אַמאָל קומען משיח! װאָס הייסט ? מען האָט דאָך אונז צוגעזאָגט --- והיה באחרית הימים,. װאָס הייסט ?

ד אָ ן מ י ק ע ז: אדדן לעבן צופיל מיט פּסוקים, מיט ממרא'ס, מיט איין- שמועסינישן, אונזער שלמות האָט מען פיינט. די פולע מאָס פון אונזער אמונה, די אומות העולם װעלן קיינמאָל ניט באַגרייפן, װאָס הייסט , בכל לבבך ובכל נפשך", און מיר, ר' עובדיה, קענען נישט אַנדערש, דאָס איז װי די לעגענדע װעגן דער ווייסער קראָ, װאָס די שװאַרצע פאַרצוקן זי, ווייל זיי ווערן בלינד פון איר ווייסקייט, און נאָך עפּעס װעל איך אייך זאָגן --- אויב עס װעט וען עס איז אויפשטיין נאָך אַ פאָלק, װאָס װוצט אָננעמען אַן אמונה בכל לבבך -- ועט מען זיי, פאַרהאַסן וי אידן און מען װעט זיי פּייניקן וי אידן

ר' עו ב די ה (יט ייך אַ כאַפּ): װאָס רעדט איר ? גאָט װעט דאָך בי אונז ניט צונעמען די בחירה, חלילח!

ד אָ ן מי קע ז: איך זאָג דאָטס בדרך משל, ר' עובדיה. און מיר דאַרפן נישט היילן די אומהײילבאַרע פון זייער רשעות. און מיר דאַרפן ניט פאַרדעקן מיט מצוות די אַלע פאַרברעכנס, װאָס פעלקער באַגײיען. מיר דאַרפן זיך אויסהיטן פון זיי, מיר דאַרפן זיך אַנקעגנשטעלן די סכנות, ווען נאָר מיר קענען!

עס קומט צו דאָן מארקא)

ד אָן מ א ר ק א +: דאָס איז אַלץ פאַרשריבן, דאָנאַ גראציא. מען דאַרף עס חתמענען. זי נעמט דעם גיל)

ד אָ גנ אַ ‏ ג ר א צ * א : דאָן מארקא, זאָלן די קינדער אַרײינקומען און זאָלן זי וויסן צו װאָס דער כתם איז זיי מחייב. (דאָן מארקא גייט אַוועק).

דאָ נאַ ג ר א צי א ר' עובדיה, גיט איבער די אידן פון דער נעאַפּאָליער קהילה, אַז מיר האַלטן דעם כתב פאַר אַ שטר חוב צו גאָט, און מיר װעלן זיי צאָלן אַלע יאָר פּינקטלעך, אַזױ וי דיעגאָ, זאָל רוען, האָט עס געטאָן.

(עס קומען אַרין רעינא און גרעטא און שטעלן זיך געהאָרכזאָם ביי א זייף).

ד אָ נ אַ ג ר א צ יא (צו די קינדער): רעינא און גרעטא, דאָס איז אַ כתב צו דער קהילה פון נעאַפּאָל און הייליק איז פאַר אייך אַלץ, װאָס דאָ איז פאַרשריבן. (רעינאַ און גרעטאַ הערן זיך איין געהאָרכזאַם4

ר' ע ו ב ז י ה : גגנעדיקע דאָנאַ גראציא, גאָט האָט אייך באַשאָנקען מיט

| 8 {

אַ גוטן ווילן, און מעשים טובים זיינען אייער קרוין, נאָר אַ מענטש לעבט ניט

אײיביק, אָבער גאָטס פאָלק איז אייביק. אויב אייער ווילן איז דערצו, זאָלן דעם כתב אונטערשרייבן אויך די יורשים איערט... אויב אייער ווילן איז דערצו

ד אָ ן מ י קע זו אומערע ורשים װעלן ניט ענדערן דעם װײלן פון די עלטערע. אַזױינס איז נאָך ניט געשען אין דער משפחה גשיא.

ר' ע וב ד יה די משפחה נשיא האָט אַ שם בישראל, אָבער אפילו דוד המלך האָט געהאַט אַ זון אבשלום, װאָס האָט אויפגעהויבן די שװערד קעגן זיין פאָטער דעם קעניג. קיינער קען ניט וויסן, װאָס עס קען זיין,

בריאנדא גייט אַרין מיט שטורעם): גראַציאַ. װאָס טוט דאָ גרעטאַ? מיין טאָכטער ! (אַלע קוקן זיך אָרום אויף איר.

ד אָ גנ אַ ג ר אַ צ * אַ: איר זיט גערעכט, ר' עובדיה, זאָלן די קינדער חתמעגען דעם כתב. קייגער קען גיט װויסן, װאָס עס קען זיין.

בריאג: ד א צו גראציאן): איבער מינע פאַרמעגנס ביסטו ממונה. מײן מאַן האָט דיר איבערגעגעבן די מאַכט איבער זי אָבער נישט איבער מיין קיבד, נישט איבער מיין ווילן, און נישט איבער איף ווילן

ד אָ ג אַ 1 ר א צ י א מים געבעס): בריאנדא, לאָז גרעטאן גיין אין איר טאַטנט ועגן.

ב ריא 1 ד א : אָג מיר נישט קיין מוסר, גראציא! גרעטא דאַרף טאָן מיין ווילן,

ד אָן מ י ק 9 1 דאָנאַ בריאנדא! (דאָן מיקעז און דאָנאַ בריאנדא קוקן זיך אָן א ויילע. בריאנדא דערשרעקט זי כאָטש דאַן מיקעז עװױיגט) לוט דער צואה פון אייער מאַן דיעגאָ איזן דאָנאַ גראציא ממונה איבער גרעטאס דערציאונג און איבער אַלע אירע מעשים, בּיז זי װעט אױטװאַקסן

ב רי אַ 1 ד אַ: װאָס? שס.. קען ניט זין...

ד אָ ג אַ ג ר א צ י א מיט געבעס): בריאנדא, איך, װעל, חלילה, גרעטאן קיין בייז נישט טאָך,

בר * אָנ ד אַ: ער האָט עס פֿאַרבאָרגן פון מיר... פאַרשעמט מיך ... אַװעק- גענומען פון מיר דאָס לעצטע,.. דאָס איינציקע... מי גִיט זיך אַ װאַקל)

גר ע טס א 3 מאָמאַ! (גרעטא א רעיוא האַָלטן אונטער דאָנא בריאנדא און פירן זי אַרױים)

(דאָן מיקעז צינדט אָן טריװואַקס. דאָנאַ גראציא חתמעט דעם כתב און שטעמפלט איס מיט איר רינג. דערנאָך חתמעט זאָן מיקע. אין טיר באָוייזט זיך גרעטא. דאָן מיקעז גיט איר די פענע, זי חתמעט דעם כתב)

| 19 {

ערש טע ר אַ ק ט צ וויי טע ס צע נע

די צװײיטע סצענע קומט פאָר אין אַ יאָר אַרום אין פּאַלאַץ פון גראַף װעסטטאַל אין אַנטװערפּן עס איז אַ באַל. מיר זעען אַ דורכגאַנגזאַל; װאו די געסט קומען זיך אָפּרוען, טרינקען און שמועסן. מען הערט שפּילן מוזיק. געסט דרייעז זיך דורך.

גראַף וו עס ט פא ל: דער קעניגין מאַרי קומט אַ דאַנק, װאָס זי שיצט די ניי-קריסטן, ווען ניט װאָלטן זיי זיך צעלאָפן פונדאַנען און מיר װאָלטן ניט געהאַט ביי וועמען אַ הלוואה צו מאַכן, די אָפּצאָלונגען צום קייזערלעכן הוֹיף זיינען גרויס, און מיין גרעפין וויל אַלע יאָר פאָרן קיין איטאַליע זען די בילדער פוֹן דעם געט" לעכן לעאָנאַרדאָ. מיט װאָס איז ער געטלעך ? אַן אפּיקורס, וי אַלע איטאַליענער !

ה ע ר וו ינ ט ע ר טא ל: איר זיינט גערעכט, גראַף, די איטאַליענער האָבן אַ באַזונדעױן טאַלאַנט פאַרקױיפן אַלץ, װאָס האָט קיין װאָג ניט: ניגונים. טענץ, געמעלן, אָראַטאָריע ! און מיר דאַרפן פאַרזעצן אונזערע פּאַלאַצן צוליב זיי!

ג ר אָף וועס טפ אַ ל: איצט בוט דער בישאָפּ אַ נייעם מאָנאַסטיר -- דאַרף מען אויך געבן געלט! (ער צענעמט די הענט מיט יאוש).

ה ע ר וינ ט ע ר ט אַ ל :1 אָ. די זאָרג װאַרפט אַװעק, גראַף! דאָנא . גראציא מענדעס האָט אויף זיך גענומען אויסצובויען דעם מאָנאַסטיר. איר קריסט- לעכער גלויבן איז אַלט אינגאַנצן צוויי דורות, און יעדע ליבע איז פון אָנהױב הייס. (ביידע לאַכן, גייען אַוועק).

(עס קומען אָן באַראָן דע רען און מאַרקיזאַ דע שאַמאַן). מ אַ ר ק י זאַ: איר זינט היינט פאַרטראַכט, באַראָן.

ב אַר אָן ד ע ר ע |: אַ. איך בין פאַרטראַכט שטענדיק, פון דעם טאָג זינט איך בין געבאָרן געװאָרן.

מ אַר קיזאַ+ איר קוקט נאָכאַנאַנד צו דער טיר, אויף וועמען װאַרט איר, באַראָן ?

ב אַ ד אָ ן: דער װאָס דערציילט זיינע סודות בלייבט נאַקעט, ליבע מאַרקיאַ, אוֹן דאָס װאָלט געווען נישט אָנשטענדיק אין אייער נאָבעלער געזעלשאַפט,

| 20 {

מאַרקיזאַ דע שאַמ אַ ן: װאָס אאייך פאַלט איין, באַראָן!

80 דינער עפנט אַן אַרײנגאַנגיטיר, עס קומען דאָנאַ גראַציאַ, דאָנאַ בריאַנדאַ, דאַן מיקעז און רעינא. גראַף װעסטפאַל באַגעגנט זי פרײינטלעך).

ג ראַף וועס ט פאַ ל: מינע ליבע געסט ! זייער צופרידן מיט אייער קומען! יי גײען אַלע פּאַרביי אין צוריטן זאָל. באַראָן דע רען שטעלט זיך אױף און באַגריסט דאָנאַ גראציא װאָס גייט פאַרריי),

מאַרקיזאַ דע שאַמ אַן: זי איז זײער שין, דאָנאַ גראציא, ב אַר אָן דע ר ען (קרץ, צעשטרײט): יע, זי איז שיין

מאַרקיזאַ: מען אָגט זי האָט פאַרכישופט דעם פראַנצויזישן אמבאַסאַדאָר, און איצט פאָלגט ער זי מער, װוי דעם קעניג, כאַ, כאַ, כא.

3 אַ ר אָ ן{! דאָס איז אַ פיינער אַגעקדאָט.

מאַר קיזאַ: דאָס איז מער וי אַן אַנעקדאָט, באַראָן. זי פירט איצט גרויסץ געשעפטן אין פראַנקרייך, און אין פּאַריז האָט מען אױסגעשלאָגן איר פּאָרטרעט אויף בראָנז,

באַ ר אָן: מעגלעך. זי פאַרדינט עס.

מאַר קיזאַ (מיט קנאה): כאַ. כאַ. כאַ. איר, באַראָן, זיינט אויך פאַרכישופט און איך ?

ב אַ ד אָן: װען איך װאָלט געגלויבט אין כישוף, װאָלט עס מעגלעך געוען. אַנטשולדיקט, מאַרקיזאַ, איך דאַרף גיין באַגריסן מאַדאַס מענדעס, מיר זיינען אַלטע פריינט,

מ אַ ר ק * 1 אַ פאַרביס): פריײנטשאַפּט און געלט --- ביידע זאַכן זיינען מעכסיק פּאָכעט זיך אָפּ מיט אַ װייער. עס קומט צו איר צן הער װינטערטאַל)

הער ווינטעהטאל: אר טאַנצט אַ פּאַרטיטאַ, מאַרקיזאַ ?

מ אַר קיזאַ: נײך מין פריינט! איך האָב נישט ליב דעם טאַנץ. מען זאָגט, אַז די מוזיק האָט פאַרפאַסט אַן איטאַליענישער איד, און די נאָבעליקע שעמען זיך ניט און שפּילן אויף אַלע זייערע בעלער די אידישע מויק,

חע ר וויג טס ע רט אַ ל 1 די מויק איז שיין, מאַרקיזאַ! מ אַר ק י זא: ניט פאַר מיין געהער. זיי גייען אַוועק).

(פון אַ צודיטער טיר קומען אַרױס דאָנאַ גראציא און רעינא).

| 21 {

ר ע ינ אַ : עס איז מיר אומעטיק, מאַמאַ. אַזופיל פרעמדע מענטשן קיינער פון זיי געפעלט מיר ניט.

ד אָנ א ג ר א צ י א : מיר זיינען נישט געקומען אַהער פאַרברענגען, נאָר ווייל די קעניגין האָט פאַרלאַנגט זיך זען מיט אונז,

ר ע י נ א : מאַמאַ, זי איז אַ שיינע, די קעניגין מאַרי?

ד אָ נ אַ ג ר א צ י א פאַרטראַכט): זי האָט אַ סך אױיפגעטאָן פאַרן ים" האַנדל.

ר ע י נ אַ : אַך, מאַמאַ, פאַרװאָס ענטפערסטו ניט} זי איז אַ שיינע, די קעניגין מאַרי ?

ד אַ נ אַ ג ר א צי א : זי איז אַ מעכטיקע. אין אירע הענט ליגט דאָס גאַנצע לאַנד,

ר ע י נ א : איך בין זייער נייגעריק, פאַרװאָס האָט זי פאַרלאַנגט דיך זען מאַמאַ ?

ד אָ נאַ ג ר אַ ציאַ: איך ווייס ניט, רעינא, צי מען דאַרף זיך פרייען דער" פון. .. רעינא, אויב מען װעט דיך פאָרשטעלן פאַר דער קעניגין, זאָלסטו זיך פאַר- נויגן, און ווען דו וועסט אַװעקגײן פון איר, זאָלסטו זיך ניט אומקערן מיט דער פּלײצע. נאָר מאַכן עטלעכע טריט אויף צוריק און דערנאָך אַװעקגײן. זאָלסט ניט שמייכלען.

ר ע ינ א: ניט שמיכלען?

ד אָנאַ ג ר אַ ציא: וירדיק זיין און ניט מער.

ר ע י ג א: יע מאַמאַ.

ועס קומט צו יי צו דאנא בריאַנדאַ)

7 צנט בויאַנדאַ: אַסך נאָבעליקע זיינען היינט דאָ אויפן באַל. דער פירשט פון אראגאן איז דאַ ! איך האָב אים נאָר װאָס געזען

(דאַנאַ גראַציאַ און רעינא גיבן זיך האַסטיק אַ דריי אױיס צו בריאַנדאַ. רעינא בליט אויף פון פרייד. זי הױיבט אָן פאַריכטן די דיאַדעס אויפן קאָפּ שמייכלט צו זיך אַליין, דאַנאַ גראַציאַ בלייבט שטיין פאַרטראַכט. זי איז קענטיק באַזאָרגט).

ד אַ נאַ ג ר אַציא: וי קומט ער אַקער ? איך בין געווען זיכער, אַז ער ועט דאָ ניט זיין. די אַראַגאָנס און די װעסטפאַלס זיינען שוין לאַנגע יאָרן צעקריגט צווישן זיך.

{2 {

דאָגאַ בר יאַג דאַ (מיט שאָדנפרײד) מסתם האָבן זי זיך איבערגעבעטף נישט אַלע מענטשן טראָגן אייביק איין געפיל,

(עס קשמט צו דעך פירשט פו אַראַגאָ. ער פאַרנויגט זיך פאַר דאָנאַ גראַציא, דאָנאַ בריאַנדאַ, און רעינאַ),

פירשס פון אראגאָן: איר זיינט נאָך שענער געװאָרן דאָנאַ רעינאַ.

ר ע ינא (שטיט גליקלעך פאַרשעפט, גיט אַ מורמל?): אַ דאנק, פירשט.

ד אַ גאַ ב ריאַ נדא: איך בין זײער צופרידן צו זען אייך היינט אויפן באל, פירשט. שוין לאַנג אייך ניט געזען

פירשט פון אַראַגאַן (פלדײטיק). עס איז נישט מיין שולד, גנעדיקע דאָנאַ בריאַנדא,

ד אָנא ג ר אַ צ יא קינער זוכט דאָ גיט קיין שולדיקע, פירשט.

פיר שט פון אַר אַג אָן (צו רעינא): איך װעל זיין גליקלעך, דאָנא רעינא, טאַנצן מיט אייך אַ פּאַרטיטאַ, איך האָב לאַנג געװאַרט אויף דער געלעגנהייט,

ר ע * ג א: באַררישט, מאַכט אַ טריט צו אים. רער פירשט לייגט אַרױף די האַנט אויף איר אַקסל)

דאַָנא בדיאנדא: רעייא איז צום ערשטן מאָל אויף אַ באל, פירשט, איר דאַרפט זי לערנען טאַנצן

פיה שט פון אַראַגאָן: פיט מײןגאַנצער צערטלעכקייט, גנעדיקע דאָנאַ.

(דער פירשט פון אַראַגאָן און רעינא גייען אַוועק).

ד אָגנאַ גראַ ציא: צוװאָס אַזויטיל פריינטלעכקייט צום פירשט פון אַראַגאָן בריאנדא ? ער קען דאָס אויסטייטשן אנדערש, וי מיר פאַרלאַנגען!

דאַָנאַ בריאַנדא: װידופאַרלאַנגסט, גראַציאַ, נישט װי מיר פאַרלאַנגען

דאַנאַ גראציא: מײןװוילן-- איז דער ווילן פון אונזערע עלטערן בריאַנדא.

דאָניאַ בריאַנדאַ: דוהאָסט געזען וי רעינא איז גליקלעך געווען ווען

דער פירשט איז צו אונז צוגעקומען? דער אומעט איז פון איר אַװעק, זי האָט אויפ" געלעבט +

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: דעינאַ איז אַ קינד. מיר קענען ניט נאָכגעבן אירע קיג- דישע גלוסטונגען, ווען עס איז אוממעגלעך ! פאַרגעם זיך ניט מיט רעינאן, בריאַנדאַ!

ב ריאַנדאַ: דו ביסט גרייט צו ברענגען לעבעדיקע קרבנות צו דיין גאָט.

גראַ ציאַ: נישט דאָ איז דאָס אָרט צו ריידן . . . מיר האָבן דאָ מער שונאים וי פרייגט.

ב ר יאַנד אַ: מען קען ניט האָבן קיין פריינט, ווען מען וויל זיין פון אַלעמען אָפּגעזונדערט, אַנדערש וי אַלע ! (גייט אַוועק פון איר מיט שטורעם),

(עס קומען אָן שמועסנדיק דאָן מיקעז און הער ווינטערטאל, זיי גייען צו צו דאָנאַ

גראַציאַ).

ה ער ווינט ער טא ל: דאָנאַ מענדעס, איך האָב געהערט, אַז איר בויט א נייעם מאָנאַסטיר, עס איז זייער גאָטספאָרכטיק, ווען נייקריסטן טוען עס !

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: ניקריסטן בויען מאָנאַסטירן כדי די אַלט-גלױביקע זאָלן גיין אָפּטער צו אַ גאָטעסדינסט,

ה ע ר ווינט ער טא ל: ואָס מער מאָנאַסטירן -- אַלץ וייניקער תפילות, דאָס איז שוין אַן אַלטער כלל, דאָנאַ מענדעס,

דאָנאַ גר אַציאַ (שפּאָסט). דאָס איז שוין נישט אונדזער כוונה, הער וינ" טערטאל

דאָן מיק עז: די ענינים װעלן מיר איבערלאָזן פאַרן בישאָפּ, הער ווינטער" טאל -- זאָגט מיר וי איז אייך געגאַנגען אייער רייזע קיין טערקיי? איז עס אמת, אַז דער טערקישער סולטאַן האָט אייך אויפגענומען אין אַ נאַכט העמד ?

ה ע ר ווינט ער טא ל: זי זיינען זייער אַ װילד פאָלק, די אומגלויביקט טערקן! דער סולטאַן סולעימאַן איז דער ערשטער, װאָס האָט איינגעפירט נאַכט-װועש אין טערקיי, האָט ער זיך, װאַרשײנלעך געװאָלט באַװייזן דערמיט פאַר אַן אײראָפּעאישן גאַסט,

ד אָן מ י ק ע ז (לאַכט). גאַנץ מעגלעך... אָבער, הער ווינטערטאל, דער סולטאַן האָט איינגעפירט נישט נאָר נאַכט העמדער, נאָר אויך אַ סך נייע אױיסאַרבף- טונגען פון געווער.

הער װינטערטאַל (ערנסט): טערקי ווערט שטאַרק אונטערן סולעימאַף

ד אָן מ יק ע ז: ער פאַרנעמט זיך וייניקער מיט פאַרפאָלגונגען וי אייניקע אײיראָפּעאישע לענדער (קוקט אים אָן פאָרטשנדיק).

הער ווינטערטאל: ריכטיק. איך האָב וועגן דעם אַליין געטראַכט.

(גראַף וועסטפאל קומט אָן).

גר אָף װעסטטפּאַל (האַסטיק): הער װינטערטאַל, די גרעפין װאַרט אויף אייך !

ה עד ווינ טע ר טאַל: אַנטשלדיקט. (גײט אַװעק מיט גראַף וועסטפאַל?),

ד אָנאַ גר אַציאַ (צודאָןמיקעז): אַ חוצפה פון דעם פירשט פון אַראַגאָן !

| 24 {

ער האָט געבעטן רעינאַין סאַנצן, נאָכדעם וי איך האָב אַ יאָר צייט ניט דערלױיבט רעינא'ן זיך באַגעגענען מיט אים !

דאָן טיקעו: ער װאָלט עס ניט געװאַגט צו טאָן, ווען מיר װאָלטן ניט געווען קיין ניי-קריסטן! מיר װעלן ווייזן דעם אַראגאנער אייזל, אַז זיין פירשטלעכע קרוין איז נישט קיין סך װערט פֿאַר די מענדעסעט,

(עס קומט אָן באַראָן דע רען),

באַר אָן דע רע |: מאַדאַם מענדעס! שוין פיר יאָר אייך ניט געזעף מאַדאַם,

דאָנאַ. גראַציא: א סך צײט צום געדענקען באַראָן באַראָן דע רען+: אָבער צו ויינִיק צייס צו פֿאַרגעסן

ד אָן מ יק עז: איך װעל גיין זען וי רעינא טאַנצט צום ערשטן מֿאָל אין אַ לאַנג קלייד,

באַראָן דע רען: אָ.יע, זי טאַנצט מיטן פירשט פון אַראַגאָן. ער דערציילט שיר געוויס וועגן זיינע פערד-שטאַלן, אָדער וועגן זיין יאָגד, אָדער וועגן דעם מעדאַל, װאָס ער האָט געקראָגן פון דער קעניגין. איך האָב אים קיינמאָל ניט געהערט ריידן וועגן עפּעס אַנדערש, דעם גאָבעלן פירשט פון אַראַגאָן! דער מענש איז ווירקלעך גע" פאַנגען אין דער טראַדיציע פון זיין משפּחח. ווען ער זאָל זיך איינמאָל אױפכאַפּן און פּאַרגעסן, אַז ער איז דער פירשט פון אַראַגאָן, װאָלט ער גיט געוואוסט, װוי צו גיין, צִי אויף די פיס, צי אויפן קאָפּ !

מײ גיטן אַ לאַך. דאַן מיקעז גייט אַוועק), ד אָנאַ ג רא ציא: אר האָט נאָך אַלץ ליב צו זאָגן אַ וויץ, באַראָן ?

באַ ראַן דע ר ע|: פן אַלטע געואוינהייטן און אַלטער ליבע איז שווער זיך אָפּזאָגן, מאַדאַם, איך בין דאַנקבאַר דעם גראַף װעסטפאַל, װאָס ער האָט מיך היינט איינגעלאַדן און איך האָב די געלעגנחייט אייך צו זען. איך האָב אפילו מיט פאַרגעניגן אויסנעהערט דעם גראָפ'יס אייביקן קלאָגן זיך אויף די הויכע שטייערן!

ד אַנאַ גראַ ציאַ (שפאסיק): דאָס איז טאַקע אַ העלדישקייט פון אייך,

בבאַראָן דע ד7עו: אך בין גרייט איף גרעסערע מאַטערנישן כדי טרעפן אייך, מאַדאַם מענדעס. פֿאַרװאָס דערלויבט איר מיר נישט באַזוכן אייער פּאַלאַץ? איך פאַרשטיי, אַז איך בין פאַר אייך גענוג לאַנגװײליק און איר דאַרפט זיך אָפּרוען אַביסל

צייט נאָך אַ באַגעגעניש מים מיר --- אָכער דאָס דאַרף דאָך נִיט נעמען גאַנצע פיר יאַףױ מאָדאָם !

| 25 {

ד אָ ג אַ ג ר אַ צ אַ: באַראָן, לאָמיר איבערלאָון דעם שמועס און...

3

אין נאָמען פון גאָט לאָמיר זיך קיינמאָל ניט אומקערן צו אים,

באַראָן דע ר ען: אַלע געטער, מאַדאַםס מענדעס, האָבן אַ סך באַ'עװלה'ש זייער באַשאַף -- דעם מענשן. װאָס מער מען איז איבערגעגעבן דעם אומבאַשטימטן ווילן פון הימל, אַלץ שווערער איז גיין אויף דער ערד. איר ווייסט עס, מאַדאַם מענדעס, און איך ווייס דאָס אויך. שטראָף און חסד פאַלן צופעליק אויפן מענשן, און דאָס איז אַזאַ אומרעכט, װאָס קיין שום אמונה קען זי ניט פאַרענטפערן, דעריבער מאַדאַם מענדעס, פאַרלאַנגט פון מיר גאָרניט אין נאָמען פון גאָט.

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ: אין נאָמען פון פריינטשאַפט, באַראָן.

באַראָן דע ר ען: אןנאָמען פון ליבע, מאַדאַם מענדעס, װאָס באַ'עוולה'ט קיינמאָל ניט, און איז געהאָרכזאַם װי אַ בוים, װאָס ברענט אויס ביזן סוף, ווען ער ווערט איינמאָל אָנגעצונדן.

טיר באַדינע ר: איר מאַיעסטעט די קעניגין מאַרי פון אונגאָרן!

(מען שפּילט דעם קעניגלעכן הימן, אַלע גיבן זיך אַ קער צום דורכגאַנג, וואו עס פּראָבעסירט פאַרביי די קעניגין מאַרי מיט איר באַגלייטונג. מען שטייט פאַר איר געבויגן. פון צוױיטן וֹאֵל הערט מען אַן אַָװאַציע. ;זאָל לעבן די קעניגין מאַריײ. באַראַן דע רען, דאָנאַ גראַציאַ, און אַלע אַנדערע גייען אַרין אין זאָל נאָך דער קע- ניגלעכעך פּראַצעסיע. אין דעם צימער קומען אַריין די דינער, װאָס זיינען גע" שטאַנען בי די טירן),

{יטצר דינער: אצט אי די בעסטע צייט צו מאַכן אַ שנאַפּט. ביז די קעניגין װעט זיך אַװעקזעצן װעט זיך קיינער ניט װאָגן אַ ריר טאָן פון אָרט. איך ווייס שוין. איך בין שוין ביי אַזעלכע אויפנאַמעס געווען. (ער גיסט זיך אָן אַ גלעזל און טרינקט אויס),

2 יט ער דינע ר: שינע פרויען דאָ פאַראַן אויפן באַל! ווען איך װאָלט געווען אַ נאָבעליקער װאָלט איך צוגעגאַנגען און איך װאָלט אָנגענומען ביי- דער האַנט דאָנאַ גראַציאַ מענדעס -- זי איז שיין . , ,

3 7 ט ע ר די נע ר : וװאָס איז דער וואונדער, װאָס זי איז שיין ? מיט כישוף איז זי שיין! מיט כישוף.

1יסטער דינער: דוֹ ביסט אַן אומוויסנדער מענטש! פון כישוף קען מען ווערן רייך, אָבער שיין -- דאָס נישט! שיינקייט איז פון זיך אַלײן. באַראָן דע רען איז אין איר פאַרליבט. ער האָט פאַרקויפט אַלע זיינע פּאַלאַצן אין פראַנקרייך און איז

| 26 {

געקומען אַהער --- שוין יאָרן . . . ווען איך װאָלט געווען אַ נאָבעליקער, װאָלט איך אויך אַזוֹי געטאָן.

2י*סטצר דינשר: שויג! װען ער װאָלט געווען א נאָבעליקער! כאַ, כאַ....

(עס קומען אַרײן מאַרקיזאַ דע שאמאַן אט הער װױינטערטאל. די דינער גיבן זיך אַ צערוק או גײען אַוועק הינטער די מירן)

טאר קיואַ דע שאַ טאַן (אױסער זיך); אֶך, װאָס עס איז געװאָרן פון די גאָבעליקע! איר האָס געזטן, מיין פריינט, װי גראַף װעסטפאָל האָט פאָרגעשטעלט דאָנאַ גראַציאַ פֿאַר דער קעגיגין 4 האָט איר געזען, װוי אַזױ ער האָט זי צוגעפירט ?

ה ער ווינט ער ט א ל: װאָס איז דער וואונדער, מאַרקיאַ}

מאַרקיזא: אפרו װאָס האָט אינגאַנצן ניט קיין טיטולן ווערט פאָרגעשטעלט פאָר דער קעגיגין? '

ה ער ווינט ער טאל+ איר מאַכט אַ טעות, מאַרקיזאַ, דאָנאַ גראַציאַ האָט אַ טיטול,

מ א ר קיזוא. צַו שױן געקױפט? ה צ ר וויגט ער טא ל: נישט געקויפט, נאָר זי האָט אים. מ אַ ר ק יז א אך וייס נישט דערפון

ה צר ווינטע ר טאלו זי אי די פּרינצעסין פון גאָלד! נישטאָ קיין איין קרוין אין אײיראָפּע, װאָס איז רייכער פון דאַנאַ גראַציאַ מענדעס.

מאַרקיזאַ (קוקנדיק א צוריטן זאָל);: איר זעט, מיין פריינט ? די קעגיגין דערלאַנגט איר די האַנט, זי איז זייער פריינטלעך צו איר . . .

הצר ווינט ער טאל: מסתם קלײבט זיך די קעניגין מאַכן אַ הלוואה אין די מענדעס-בענק. די קשניגין איזן פארזונקען אין חובות.

מ אַר קיזא: אָבער די נאָבעליקע זאָלן זיך בויגן פאַר געלט? איך מיין, עס דאַרף זיין פאַרקערט , , . אַלץ דאַרף זיך בויגן פאַר אונז, פאַר די נאָבעליקע.

ה ע ר ווינט ער טא ל.: בלױז אױף אַ באַל, מאַרקיזאַ, ווען מוזיק שפּילט, נישט מער! געלט איז איצט דער גרעסטער כח אין אײראָפּע. אַזױ מעכטיק װי די קרזין ! אַזױ מעכטיק וי דער הייליקטר פּויפסט אַלֵיין!

מאַדרקיזאַ (מיט שרעק או צאָרן): אַלע הײליקע זאָלן מיך היטן! װאָס רעדט איר, הער וינטערטאל!

ה עו ווינ טס ער טאל: שרעקט איך ניט, מאַרקיזאַ, אַזױ איז דאָס.

| 27 {

מאַרקיזאַ: אַך, דאָס האָט מיך ווירקלעך צערודערט!. . . מען זאָגט, אַז די מענדעסעס שטאַמען פון אידן, איצט דער צוייטער דור !

הער ווינטערטאל: מיר, קריסטן דאַרפן זיין צופרידן אַז אַנדערע קומען אונטער דער שוץ פון אונזער גלויבן,

מ אַר ק יזאַ: יע, אָבער... אַך... (שטיל כסדר) מען האָט מיר געזאָגט, אַז דער פירשט פון אַראַגאָן װויל חתונה האָבן מיט רעינא מענדעס,

הער ווינט ער טאל: עס קען זיין

מאַרקיזאַ: עס װאָלט געװען צום באַדױערן ווען אַ נייקריסטין זאָל אָנטאָן די אַלטע קרוין פון די פירשטן פון אַראַגאָן! (זיי גייען אַוועק. עס גייען פאַרביי דאָן מיקעז און דער גראַף וועסטפאל).

גראַף וועס טפאַל: װאָס איז די פּעולה װאָס אונזער שװערד איז שאַרף, אַז איטאַליע נעמט אונז איין מיט אירע לידער! דאָס איז ערגער וי אַן אַרמײ, זאָג איך אייך ! מיט אַן אַרמײ קען איך מלחמה האַלטן, אָבער איך קען ניט מלחמה האַלטן מיט מיין גרעפין, װאָס איז פאַרליבט אין איטאַליע !

(דאָן מיקעז: אָ גאָט באַהיט! דאָס װאָלט געווען אַן אומווירדיקער קריג, גר אַף: די שטייערן זיינען גרויס... (גייען פאַרביי). (עס קומען דאָנאַ גראַציאַ און רעינא), ר ע ינא : מאַמאַ, דער פירשט פון אַראַגאָן טאַנצט אַזױ גוט! ער האָט מיר גע- זאָגט: איר זיינט שיין, דאָנאַ רעינאַ! ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: אַלע זאָגן אַזױ, ווען מען טאַנצט.

ר ע יינ א : מאַמאַ, צוויי מאָל האָט ער דאָס מיר געזאָגט: איר זיינט שיין, דאָנאַ רעינא !

ד אָנאַ ג ר אַ צ י אַ (טראַכט אַ ויילע, פּלוצלונג): רעינא, װאָס דער פירשט זאָל ניט זאָגן --- דו דאַרפסט ניט טראַכטן וועגן דעם. מיר האָבן אים צופעליק באַגעגנט ! ווען דער פירשט װאָלט געהאָט מער אַכטונג צו אונזער משפּחה, װאָלט ער נישט געװאַגט דיך לאדן צו אַ טאַנץ,

ר ע י נ אַ פאַרלױר, אומגליקלען: ער איז געווען זייער העפלעך צו מיר, דער פירשט,

ד א נ אַ ג ר אַ צ י אַ + זיין העפלעכקייט גייט ניט ווייטער, װוי ביון שפּיץ פון

זיין שווערד. מיר װעלן באַלד אַװעקפאָרן פון באַל, רעינאַ. איך בין מיד, דו דאַרפסט זיך זעגענען מיטן גראַף, מיט דער גרעפין און מער , , . מיט קיינעם גיט.

(עס קומט צו בריאַנדא), ב ריא נדא: דוֹ האָסט זייער שיין געטאַנצט, רעינאַ! ר עינאַ: די מאַמע וויל פאַרלאָזן דעם באל.

ב ר יא נ ד אַ ; פאַרװאָס, גראַציע? מיר פאַרברענגען דאָ זייער גוט, עס איו פריילעך.

גראַ ציאַ: גיט שטענדיק איז פריילעך -- גוט.

בר יאַ נד אַ: אַלע מענשן פאַרשטײען אַזֹי, נאָר דו, גראַציאַ, ביסט אַנדערש און דוֹ פאַרלאַנגסט פון אַלעמען מען זאָל זיין װוי דו.

(עס קומען אָן דאָן מיקעז און הער וינטערטאל).

הער װינטערטאל: גלױבט איר, דאָן מיקעז אַז פראַנקרייך װועט איינהאַלטן איר פריינטשאַפט מיט טערקיי?

דאָן מיק עז: אַזױ שטעל איך זיך פאָר,

דאָ גאַ גראַ ציאַ (פנדערדיש צו דאָן מיקעז): מיר װעלן פאָרן אַהײם, דאָן מיקעז,

ד אָן מי קעז: יע, עס איו געגוג שפּעט.

(עס קומט אָן דער פירשט פו אַראַגאָ. ער גײט צו צו דאָנאַ גראַציאַ. דאַן מיקעז שמועסט שטיל מיט הער וינטערטאל).

פיר שט פון אראַגאָן: איך בין באַצױבערס פון אייער טאָכטער, דאָנאַ מענדעס.

דאָנאַ גראַציאַ (קאַלט): אַ דאַנק אייך, פירשט. וי איז אייך געגאַנגען דער יאַגד דאָס יאָר ?

פיר שט פון אַדראַגאַן: זײיער גוט. זייער געלונגען. (חוצפּה'דיק) עס איז דאָ אַ גלויבן ביי יעגער, אַז נאָך אַ געלונגענעם יאַגד קומט אַ גליקלעכע הײראַט, און איך האָף, אַז דער גלויבן װעט דערפילט וערן ביי מיר.

ד אָנאַ ב ריאַנדאַ (שאָקלט מיטן קאָפּ אױף יאָ): אַז מען קען בייקומען אַ בער, קען מען כבייקומען אַ פרויען האַרץ אויך.

(קענטיק, אַז דאָן מיקעז הערט זיך צו צום שמועס).

פיר שט פון אַר אַג אָז (צו דאָנאַ גראַציאַ): װי מיינט איר, דאָנאַ מענדעס ?

| 29 {

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ: איך װײיס ניט, פירשט, איך האָב, יעדנפאַלס, קיינמאָל וועגן אַזאַ גלויבן נישט געהערט, דאָן מיק עז: מען דאַרף ניט זיין אבערגלויביש, פירשט פון אַראַגאָן

פירשט: עס איזנישט אָנגענומען דאָן מיקעז, זיך אַרײנמישן, ווען איינער רעדט צו אַ דאַמע,

דאָן מיקעז: פאַרקערט, פירשט, עס איז אָנגענומען צו באַשיצן אַ דאַמע, ווען איינער וויל איר אָנבינדן צופיל געװאַגטע גלויבונגען.

פירשס: איר רעדט מיטן פירשט פון אַראַגאָן, איר האָט עס פאַרגעסן?!

(כאַפּט אַרױס די שווערד. דאָן מיקעז גיט אים פלינק אַ נעם ביי דעם אָרעם און די שווערד פּאַלט אַראָפּ)

ד אָן מיק צעז. איר זינט צו שװאַך, פירשט,

פיר שט (ראַנגלט זיך): עס איז אַ שאַנד זיך שלאָגן מיט די פויסטן

ד אָן מ יק ע ז: ויכטיק איז דער נצחון, נישט דאָס געווער.

(עס ווערט אַ טומל)

מאַרקיזאָ דע שאַמאַן (ליפט אָן שרייענדיק): אַ געפעכט!

גראַף וועס ט פאָל פאַלט אַרין אַ צעפלאַמטער). אום גאָטעס ווילן! די קעניגין איז דאָ!

(צום אַרינגאַנג קומט צו די קעניגין מאַרי, בלייבט שטיין אויף דער עװועל, עס

ווערט שטיל)

קעניגין טמ אַרי (שמײכלט כיטרע, רעדט מוטערלעך): די פירשטן פון אַראַגאָן זיינען בראַװו אויפן שלאַכטפעלד, אָבער דאָ זיינען מיר אויף אַ באַל, פירשט. די שווערד אין שייד,

פירשט פון אַדאַגאָן (לייגט אַרין די שווערד אין שייד): אַנטשלדיקט, גגעדיקע קעגיגין.

קעניגין מאַרי (שמײכלט, הויבט אָן אַריײינקומען אין צימער): די שװערד איז ניט דער בעסטער מיטל אויף אייננעמען די הערצער פון יונגע פרויען. (דער עולס גיט אַ לאַך) איר קענט פאַרברענגען מיינע פריינט, איך על זיך דאָ אָפּרוען

(גראַף וועסטפאל העלפט זיך איר זעצן אויף אַ שטול. דער עולם הויבט אָן איבער" גיין אין צוױיטן זאָל. דאַנא גראַציאַ גייט פאַרביי, קעניגין מאַרי פאַרהאַלט זי).

ק עניגין טמ אַרי: איר זיינט בלייך, דאָנאַ מענדעס? (אַלע גײען אַרױס. עס בלייבן דאַנאַ גראַציאַ און די קעניגין מאַרי).

| 50 {

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: פרויען זיינען נישט צוגעוואוינט צום קלאַנג פון געודער. גגעדיקע קעניגין.

קעניגין מאַרדי (שאָקלט מיטן קאָפּ מוטערלעך): אייניקע פרויען זינעו גוט באַװאָפגט אָן געווער. (זי וריזט דאַנא גראַציאַ אויף אַ שטול, דאָנאַ גראַציאַ זעצט זיך). איך שאץ זייער הויך, דאָנאַ מענדעס, װאָס איר האָט דערמוטיקט דעם מאַגיסטראַט צו בויען די שפּײיכלערס. דאָס האָט אונז אַ סך נוצן געבראכט.

דאָנאַ גר אַ ציאָ: עס איז מיר טײער איער אָפּשאַצונג, גנעדיקע קעניגיף

ק צנגניגין מארי: איר קענט שסעגדיק אויסרעכענען אויף מיין פריינטשאַפט.

3

ד אָנאַ 1 ר אצ יא אך פאַנק אייך, גגעדיקע קעניגין קעניגין מארי (פלוצלונג): איער טאָכטער איז זייער שיין, דאָנאַ מענרעס!

דאָנא גראַציא איכעראשט, קאַנטראַלירט זיך): יוגנט איז שיין, גגעדיקע קעניגין. -

קצניגין מאַרי: דער פירשט פון אַראַגאָן װיל הײראַטן מיט איר, ער האָט זיך געווענדט צום קייסער קארל וועגן דעם. {קליינע פּאחע).

ד אָנאַ גר א ציאַ: או זין היכגעכורט דער קיוסער קאַרל האָט באַװיליקט אָנצונעמען פארמיטלוגג אין שדכנות ?

קצניגין מאַרדי צייש): דער פירשט פון אַראַגאָן לייגט אים פאָר צהיי הונדערט טויזנט דוקאַטן פאַר דער פאַרמיטלונג. דער קייסער קאַרל גויטיקט זיך א געלט. דער קייסער קאַרל האָט זיך געװוענדט צו מיר -- איך זאָל עס פאָרלייגן פֿאַר אייך נאָר איך האַלט עס פאַר נישט פּאַסיק פאַרן קייסער קאַרל און פאַר זיך -- און איך האָכ זיך אנטזאגט ! יע, איך האָב זיך אנטואגט.

דאָנאַ גראַ ציא: אױב אװי וי דאַרף איך פאַרשטײן אייער איצטיקע מיטי טיילונג, גגעדיקט קעניגין ?

קעניגין מאַרי: בלױז בײ אַ פריינטלעכער באַגעגעניש אַ שמועס. איר האָב אַ האַרציקן געפיל צו אייך, דאָנאַ מענדעס, און איר פאַרדינט עס

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַָ: איך דאַנק אייך, גנעדיקע קעניגין.

קעגניגין מאַרי: די פירשטן פון אַראַגאָן זיינען נאָענט צו דער קייוערי לעכער פאַמיליע, לויט זייער אָפּשטאַם און צוליב זייערע גרויסע פאַרדינסטן + + . (כיטרע) איך פאַרשטײי, אַז איר וװעט גערן איינגיין אויף דעם שידוך, ווען צו אייך װעם אַזאַ פאָרשלאג דערגרייבֿן + + .

ד אָנאַ ג ראַ ציאַ: מײן טאָכטער איז נאָך זייער יונג, גנעדיקע קעניגין.

| 31 {

קעניגין מ אַרי (מוטערלעך): איך באַגרײף, אַז ביי אייך קענען זיין אַנדערע רעכענונגען. (אַ צוויידייטנדיקע פּאוזע). דער גליק פון אייער טאָכטער אין דער ערשטער ריי . . . נאָר אויב דער קעניג װעט צו אייך מאַכן די ווענדונג -- איז עס אַ פאָרשלאג פון קייסער, דאַנאַ מענדעס. עס איז מיר געווען זייער אנגענעם מיט אייך צו שמועסן,

(די קעניגין גייט אַרױס. דאָנא גראַציאַ פאַלט צו מיט ביידע הענט צום אָנלען פון שטול),

ד אָנאַ. ג ר אַ ציאַ (שטיײענדיק אָנגעלעגט): גאָט העלף מיר אין זכות פון אונדזערע אָבוֹת,

({פאַָרהאַנג)

צווייטער אַקט ער שטע סצ ענע

דער זעלבער זאָל ביי די מענדעסעס אין פּאַלאַץ אין אַנטװערפּן, װי אין ערשטן אַקט. איף אַ שטול זיצט רעינא דעם קאָפּ אַראָפּגעלאָון אויף די הענט. עס קומט אַרײן בריאַנדאַ, זי שטײט אַ וילע לעבן רעינאן, רעגא רירט זיך גיט פון אָרט,

ב ריא נ ד א +: רעיבא ‏ ד.

ר צינא: (היבט אױף דעם קאָפּ גלײיכגילטיק, גיט אַ קוק און לאָזט ווידער אַראָפּ דעם קאָפּ אױיף די הענט)

ד אָנאַ 3 ר יא נ דאַ: דו האָסט מול, רעינא. ר ע ינ א: (הױיבט אױף דעם קאָפּ און קוקט אָן בריאַנדאן נייגעריק)

דאַָנאַ ב ריאנדא: די מאַמע דיינע װעט ניט איינשטעלן זיך קעגן קייטעף קארל! אַזויפיל מוט װעט ניט האָבן אפילו ,דאָנאַ גראַציאַ'ש דו װועסט זיין די פירשטין פון אַראַגאָן (טרוימעריש), די נאָבעליקע װעלן זיך בויגן פאַר דיר ביז דער ערד. דו װועסט געהערן צו אַ משפּחה פון קייזערלעכן אָפּשטאַם! גישט קיין שלעכטער שידוך פאַר די מענדעסעס +..

ר ע ינאַ: די מאַמע וויל עס נישט. זי איז זייער געערגערט. זי האָט מיר היינט געהייסן אונטערשרייבן אַ פּאַפיר וועגן דער ירושה,. די מאַמא זאָגט, אַז איך װעל אַװעקפאָרן.

דאַנא בריאנדא: גרעטא האָט איך אונטערגעשריבן דעם פּאַפּיר. איר האָט גלייכע חלקים, גראַציאַס פארמעגנס גייען אַריבער צו דיר, און מיינע צו גרעטאַץ, איר זאָלט האָבן אַזױ פיל הצלחה וויפל מיר האָבן געהאַט, נאָר ווייניקער גאווה, וי דיין מאַמאַ! אַ שידוך מיט די פירשטן פון אַראַגאָן וויל זי אָפּזאָגן ! צוליב װאָס ? אַן איינשמועסעביש--- אידן ! ווער דאַרף דאָס? די אַראַגאַנט קענען נאָך אַמאָל קומען צום טראָן! דו פאַר" שטייסט, רעינא? צום טראָן! (אין עקסטאז) װען דוֹ װעסט װערן די פירשטן פון

| 55 {

אַראַגאָן װועט מען פאַרגעסן, אַז די מענדעסעס זיינען ניייקריסטן! ווער עס װאַגן צו דערמאַנען וועגן דעם, ווען דו וועסט קומען מיט דער קרוין אויפן קאָפּ.

ר ע ינאַ: ער איז אַ שיינער, דער פירשט . . . אַ העפלעכער ... אַ ריטער.

ד אַנאַ ב ריאַנדאַ: רעיאַ... זאָג דער מאַמאַ, אַז דו האָסט אים ליב,

ר ע ינ א: דער מאַמאַ? ניין, פאַר דער מאַמאַ קען איך דעם פירשט ניט דער- מאָנען. זי וויל ניט הערן וועגן דעם,

ד אָנאַ ב ר יאנ ד אַ: איצט װעט זי מוזן הערן! איצט האָט זי קיין ברירה ניט. דער קייסער אַליין איז פאַרמישט! כאַ, כאַ, כאַ.

(עס גיט זיך אַן עפן די טיר. איזאַבעלא און פעדראָ טראָגן דורך אַ קופערט. בריאַנדא און רעינא קוקן נאָך פאַרוואונדערט), ד אָנאַ ב ריאַנדאַ; װאהין טראָגט איר דעם קופערט, איזאַבעלאַ?

א יזאַב על אַ: די גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ האָט געהייסן אַרײנשטעלן דעם קופערט אין דער גרויסער קאָטש,

ד אָ נאַ ב ר יאַ נד אַ: צוליב װאָס? פע דר אָ: מיר וייסן ניט, גנעדיקע דאָנא, אַזױ איז באַפֿױלן, (גיײיען אַװועק), ר עינא: (לײגט אַװעק צוריק דעם קאָפּ אויף די הענט)

ד אָנאַ בריאַנדאַ: אַלץװערט דאָ געטאָן געהיים. וי אַ בלינדער גייט מען אַרום דאָ אין פּאַלאַץ! (לאָזט זיך גיין צו דער טיר, רופנדיק) גראַציאַ ! גראַציאַ!

(עט קומט איר אַנטקעגן דער בלינדער אזאר),

אזא ר (גײט, קלאַפּט מיטן שטעקן): איך האָב אָפּגעגעבן די אויגן פאַר גאָט, זע איך מער וי די זעעווקדיקע, ווייל די װאָס קוקן צו דער ערד, זיינען סיייווי בלינד,

נער גײט פאַרביי. בריאַנדאַ בלייבט א פאַרשוויגענע אַ ויילע).

ד אָנאַ בריאנדא: גראַציאַ'ס שגעון! אַ מטורף האַלט מען דאָ אין שטוב! אַ פּחד װאַרפט ער אויף מיר אֶָן

(עס קומט אַריין דאָן מיקעז). ד אָן מ יק עז: װער װאַרפט אָן אויף אייך אַ פּחד, גנעדיקע דאָנאַ בריאנדא ? ד אָ נאַ ב ר אַ נ ד אַ : דער בלינדער אזאר.

דאָן מיקעז (גיט אַ צי מיט די אַקסלען פּאַרוואונדערט): ער איז אַ שטילער מענש, װאָס שמועסט מיט גאָט. ער ווארפט אָן אויף אייך אַ פּחד, גנעדיקע דאָנאַ בריאַנדאַ. כאַדכאַדכאַ ! און אויף מיר װאַרפט אָן אַ פּחד אַ רויבער, װאָס האָט באַצאָלט

| {

צוויי הונדערט טויזנט דוקאַטן א צווייטן רויבער, זי זאָלן צוזאַמען באַפאַלן אַ פרידלעכן פּאַלאַץ, אַװעקשלעפּן די פרויען, אויסרויבן דאָס גאָלד, זיך אָנזױיפן מיט ויין , , . און זיך װאַלגערן שמור'ע אין די הויפן!

ד אָנאַ ב ריאנדא: פ(פֿאַרואונדערט): װאָס רעדט איר, דאָן מיקעו? ר צינא. (הױבט אױף דעם קאָפּ און הערט זיך צ),

ד אָן מ י ק ע ז: דער גאנצער היף אַרום פּאַלאַץ איז פול מיט שטורקאַצן! איר זעט גיט וי זיי פלאַמען, דאָנא בריאַנדא? (לויפט צו צום פענצטער) מען איז אונז באַפאַלן ! די העק זיינען געשאַרפטע! די פערד זינען געפּאַשעטע, פעטע פערד! די דינער זיינען געאיבט אין מאַרד ! זיי ווילן אונז דערשטיקן !

ד אַנאַ ב ריאַגדאַ (מיט שרעק): די װאַך! אונזער װאַך!

דאָן מיקצז (לאַכט זיך פונאַנדער): איך שפּאַס, דאָנאַ בריאַנדאַ! איך האָב ליף צו דערציילן אַ מעשה'לע, װאָס קומט פֿאָר אויף דער װאָר.

ד אָנאַ ט ריאַנדאַ. און איך װעל שוין ניט קענען שלאָפן די נאַכט. גייט אַוועק). .

ד אָן מיי ק צז װעצט פאָר). נאָר זי וועלן ניט קענען באַפאַלן די נשיא'ס, ווייל זייערע שטורקאַצן װעלן זיך אויסלעשן, די העק ועלן אַרױספאַלן פון די הענט, די פעטע פערד ועלן פאַלן, און די דינער, געאיבטע אין מאָרד, ועלן ווערן מאָנאַכן . . , (ער שטעלט זיך אַװעק אין אַ פרומער פּאָזע, די הענט פאָרהויבן אױיף בענטשן) זייט געבענטשט מענטשןיקינדער גלויביקע און קומט אין קעניגרייך פון רחמים. זייט געבענטשט . . ,. זיט געבענטשט +..

ר ע ינא (גײט צו צו אים); דאָן מיקעו.י.

דאָן מיקעז: צװײ הונדערט טויזנט דוקאַטן ביסטו אָפּגעשאַצט, רעינא ... איך האָב אַזױ פיל גאָלד און איך האָב עס פיינט, דאָס גאָלד פון דוקאַטן, דאָס גאָלד פון די פאַרגליווערטע קרוינען, טונקעלע, וי אַ פֿאַרדרימלטער געדאַנק, נידעריקע און סעמפּע, וי די קעפּ, װאָס טראָגן זי י. ,

ר ע ינאַ: דאָןמיקע...

ד אָן מי קעז: גאָט האָט דאָס גאָלד באַהאַלטן אין דער ערד, מען זאָל עס ניט זען, ווייל עס איז מיאוס, בלויז דעם גלאנץ פון גאָלד האָט ער אויפגעהאַנגען אויף דער זון, ווייל עס איז שיין, נאָר די מענטשן האָבן ליב אױיסגראָבן דאָס מיאוסע . . .

ר עינאַ: דאָןמיקעל.. .

ד אָן מי ק עז (דערזעט זי וי פון חלום); וי בלייך דו ביסט, רעינא.

{9 {

ר ע ינ אַ: איך האָב ניט געשלאָפן די נאַכט.

ד אָן מ יק עז: דו ביסט שייך, (ער נעמט זי גרינג אַרום) איבער דיין פּנים ליגט די שיין, אַ שטראַל פון אַן איידעלער מחשבה, װאָס דו האָסט קיינמאָל ניט געטראַכט, נאָר דו האָסט עס געקראָגן פאַרטיק, בירושה, (לאָזט זי אָפּ) פון די װאָס דו האָסט קיינמאָל ניט געקעגט . . .

ר ע י נ אַ : װאָס זאָגט איר, דאָן מיקעז?

דאָן מיק עז: פו די נשיא'ס קומט עס צו דיר, רעינאַ. די פירשטן פון אַמאָל, די פירשטן פון גייסט, מיט דין-געקנייטשטע שטערנס, װוי דיינער (פירט דורך די האַנט איבער איר שטערן), אַמאָל אין ווייטן בבל האָבן זיי געפירט אַ פאָלק בלויז מיט מחשבה, אָן גאָלד און אָן אייזן, בלויז מיט אַ שטראַל פון אַ לויכטנדיקן בליק, מיט אַ װאָרט פון גאָט-באַהעפטונג,

ר ע ' נאַ: איך פאַרשטײ ניט, דאָן מיקעז.

דאָן מיקעז: אוןזײער חלום איז געווען װוי יוספ'ס חלום --- די זון, די לבנה און די שטערן, דאָס מלכות שמים,

ר ע ינ אַ; איך קען ניט באַגרײיפן, דאָן מיקעוי

ד אָן מ יק עז: קם, איך װעל דיר אים וייזן יוספ'ס חלום. ער הענגט נאָך ביז היינט אין הימל,. (ער גייט מיט איר אַרױף אויף טרעפלעך) בריאַנדאַ האָט מורא זי זאָל אים ניט דערזען! עס זעען אים נישט די מענדעסעס, נאָר די פאַרבאָרגענע נשיא'ס, װאָס מען טאָר ניט דערמאַנען זייער נאָמען און מען ווייסט ניט ווער זיי זיינען, (זיי פאַרשווינדן אויף די טרעפּלעך)

(עס קומען אַרין דאָנא גראַציאַ און דאָן מאַרקאָ),

דאָנאַ גר אַ ציאַ: דאָןמיקעז האָט שוין באַדאַרפט זיין צוריק, פאַרװאָס איו ער ניטאָ? (זי גיט אַ קוק אין פענצטער) אפשר האָט זיך אים ניט איינגעגעבן פּועל'ץ ביי פראַנקרייך די גרענעצן זאָלן זיין אָפּן פאַר רעינאַ'ץ? רעינאַ טאָר דאָ לענגער ניט בלייבן, אך, עס איז מיר אַזױ שווער זיך צעשיידן מיט רעינאַץ! זי איז נאָך אַ קינד, װעט פאַרװאָגלט ווערן אין דער פרעמד,

ד אָן מ אַ ר ק אַ: איר אַװעקפאָרן װועט אַרויסרופן אַ סך חשדים !

ד אָ 1 אַ ג ר אַ צ * א : די נאָבעליקע זיינען געוואוינט צו אַװאַנטורעס. מיר וועלן פאַרשפּרײטן אַ קלאַנג, אַז זי איז אַנטלאָפן מיט דאָן מיקעז, זיי װעלן גלויבן אין דעם.

דאָן מ אַרקאָ: מעגלעך. אַלע ווייסן, אַז דאָן מיקעז איז רייך, פאַרבונדן מיט אַ סך לענדער, פון אים קען מען דערווארטן אַ סך אומגעריכטע זאַכן, מעגלעך אַז זי וועלן גלויבן, |

דאָנאַ ג ראַ ציאַ: אין מענטש איז דאָ, װאָס וועט זיכער ניט גלויבן, דאָס איז

| 6 {

די קעניגין מאַרי, זי האָט געוואוסט, אַז איך וועל דעם שידוך מיט די אַראַגאָנס ניט טאָן, און זי איז צופרידן דערפון,

ד אָן מ אַָר ק אָ: זי היס די אמונה פון די מענדעסעס, מיינט איף ?

ד אָנאַ גראַ ציאַ: ז האָט מורא געהאַט איך זאָל ניט נאָכגעבן דעם קעניג קאַרל, איך זאָל זיך ניט דערשרעקן פאַר אים, דעריבער האָט זי מיך פאַרזיכערט אין איר פריינטשאַפט, דאָס מוז מען נעמען אין חשבון --- זי װויל ניט דעם שידוך,

דאָן מאַר קאַָ; אפשר איז אמת, אַז דער קעניגין מאַרי איז ניט אָנגעשטאַנען אַז די קייזערלעכע משפחה זאָל זיך פארנעמען מיט שדכנות, און איר שטייט ניט אָן אַז איר ברודער זאָל דאָס טאָן,

דאָנאַ נראַציאַ (מאכט אַ באַועגונג אױף ניין): דער שלעפּערקע שטײט אַלץ אָז. זי ווייסט ניט פון קיין חרפּה, פון איר קען מען אַ סך דערװאַרטן. זי פאַרטראַכט זיך אַ וויילע) די פּאַפּירן וועגן דער ירושה זיינען פאַרטיק, דאָן מאַרקאָ ?

ד אָן מ אַ ר ק אָ ; אַלץ איז גע'חתמ'עט און פאַרזיגלט אין מאַגיסטראַט.

ד אָ גאַ ג ר אַצ יא{ די קעניגין מאַרי האָט געװאָרפן אַן אויג אויף אונזערע פאַרמעגנס, דערפאַר גייען איר אָן אונזערע שידוכים, איך בין צופרידן, װאָס די פּאַפּירן וועגן דער ירושה זיינען שוין געמאַפט.

(עס קומט אַרין איזאַבעלאַ, דערלאַנגט אַ קעסטעלע), איואַבעלאַ: איר האָט פאַרגעסן דאָס קעסטעלע, גנעדיקע דאָנאַ. (גייט אַװעק),

ד אַנאַ גרא ציאַ: זאָן מאַרקאָ, גרייט צו די בריו ועגן רעינא'יס אַנטלױפֿן, איר אַליין זאָלט זיי שרייבן,. איר און איך --- מער קיינער ניט. איך וויל אַז מאָרגן אינדערפרי זאָלן זיי אַרױיסגעשיקט ווערן צו אַלע אונזערש פאָרשטייער אין אַלע שטעט, מען דאַרף זיי בעטן זי זאָלן אונז העלטן זוכן רעינא'ן.

ד אָן מ אַר קאָ; די בריו װעלן זיין גרייט, דאָגאַ גראַציאַ. (גייט אַוועק),

דאָנאַ גראַציאַ (עפנט דאָס קעסטעלע, נעמט אַרױס אַ קמע, באַטראַכט זי. פירט דורך מיט די הענט איבערן פּנים, ווישט אױס די אױגן מיט דער שאַל): גאָט, זאָלסט שיצן מיין קינד, אין איר ערשטן שווערן וועג אויף היטן דיין געבאָט. זאָלסט שטאַרקן איר האַרץ זי זאָל קענען ביישטיין דעם נסיוך,

עס פאַלט אַריין דאָנאַ בריאַנדאַ אַן אויפגעפלאַמטע)

ד אַנאַ ב ריא גד א.; װאָס קומט דאָ פאָר, גראַציאַ. (שמעקט פון אַ פלע- שעלע מינטער-טראָפּנס) צוליב װאָס דאַרפסטו די אַלטע קמעותת? געהימניסן טוט זיך דאָ . . .

1

גראַציאַ ( ראיק): איך שיק אַװעק רעינאַן פון אַנטװערפּן

דאָנאַ ב ריאַנדאַ (דערשטױנט): װער ביסטוה, גראַציאַ, װאָס דו רעדסט אַזױ? מיטן קייסער קאַרל װעסטו מלחמה האַלטן?

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: גאָט װעט אונז העלפן

דאָנאַ בריאַנדאַ: אומגליקן װעסטו ברענגען אויף אונז. דער קייסער קאַרל וועט אַרײנפאַלן אין צאָרן... . מיר װעלן... (שמעקט די מינטער-טראָפּנם),

ד אָ נאַ ג ר אַ ציאַ: דערפאַר דאַרף מען רעינאַץ אַװעקשיקן נאָך איידער דער קייסער קאַרל האָט זיך געווענדט,

דאָנאַ ב ריאַנדאַ: אָבער די קעניגין מאַרי האָט דיר געזאָגט, אַז ער וויל דעם שידוך! דער קייסער קאַרל װעט זיך פילן באַלײדיקט . . ,

ד אֲַ באַ ג ר אַ צ יאַ: אָ, דו'היטסט דעם כבוד פון דעם קייסער קאַרל,

ד אָנאַ ב ריאַנדאַ: געויס! װי קען מען? זיך אָפּװענדן פון אַזאַ שידוך ? פון אַזאַ שטאַנד? פון אַזאַ גדולה ? .

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ:; אַ. דו היטסט דעם ואוילזיין פון די נשיא'ס ? (לאַכט),

ד אָנאַ ב ריאַנדאַ: די נשיא'ס! וװער זיינען זײי די נשיא'ס, װאָס איך זאָל צוליב זיי איינשטעלן דאָס לעבן? שטענדיק אין פּחד, אין שרעק, אין צביעות! די קרוין פון די אַראַגאָנס װאָלט געווען אַ שוץ פאַר אונז, אונזערע פאַרמעגנס װאָלטן געווען געזיכערט . . . און אונזערע לעבנס אויך ...

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ (רײיסט זי איבער): איך ויל ניט אַזאַ שוץ! דאָס איז אַ שוץ פאַר אַ הינקעדיקן הונט זיך באַהאַלטן אונטער פרעמדע דעכער! זיך אינ- קנייטשן, איינבויגן, פאַרבייטן אונזער גרויסן גאָט אין הימל אויפן געביל פון די יאַגד- הינט אין די הויפן פון די אַראַגאָנס! מיר זאָלן דאָס טאָן? מיר !

ד אָנ אַ ב ר י אַ נ ד אַ : אָ. דיין גאוה! ;מיר!" ,מיר!" טויזנטער משפּחות מישן זיך אויס מיט די קריסטן און װוערן פּטור פון יאָך. װי לאַנג דאַרפן מיר זיך מאַטערן ? דיעגאָ מיינער איז געפּײיניקט געװאָרן, איבער אונז הענגט שטענדיק די שרעק פון די פינצטערע קעלערן, פון פייער . . .

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יי אַ: אָבער דיין מאַן, דיעגאָ, האָט עס אָנגענומען פאַר ליב, ער איז נישט געווען װי דו, בריאַנדאַ. ער האָט ניט געזוכט קיין שוֹץ ביי די שונאים. ער איז געווען אַ נשיא!

ד אָ גנ אַ בריאַנדאַ: רענאַ האָט ליב דעם יונגן פירשט, צוליב דיין גאווה

| 8 {

ביסטו גרייט זי מקריב צו זיין. און דער פירשט האָט זי ליב, זי װאָלט גליקלעך געווען מיט אים !

ד אָנאַ גר אַ ציאַ: דו מאַכסט אַ טעות -- איך בין זי מציל. איך בין מציל

=

אַ נפש ! זי װעט פאַרגעסן איר בענקשאַמט, און זי װועט ניט לעבן אין שפלות, ד אָנאַ ב ריא גנ דאַ: געדענק גראַציאַ! באַדאַכט זיך! געדענק װאָס דו נעמסט אויף זיך! (עס פּאַלט פון איר אַראָפּ די פערל-שאַל),

(עס קומען אַראָפּ פון די שטיגן דאָן מיקעז און רעינא. דאָנאַ גראַציאַ און דאָן מיקעז קוקן זיך איבער. דאָן מיקעז שאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאַָ),

דאָן מיק עז (הױיבט אױף בריאַנדאַיס פּערל שאַל מיט שפּאַסיקער עלעגאַנץ אץן דערלאַנגט איר). פֿאַרלירט ניט אייער פערל-שאַל, דאָנאַ בריאַנדאַ! אין אייער פּערלישאַל איז דאָ אַ נשמה. זי איז א הונגעריקע. זי פרעסט כסדר, ביז זי פרעסט אויף דעם מעגטשן,

ד אַ 1 אַ ב ר יא 1 ד א + איר זינט שכור, דאָן מיקעז!

דאָן מי ק עז (עצט פאָר): דערנאָך עסט זי אויף זיין גאָט, און עס בלייבט מער גאָרניט -- אויטער די פטרל-שאַל.

ד אָנאַ ב ר יאַ גד אַ ( פּראָטעסטירנדיק). דאָן מיקעו!יי.

ד א ג אַ ג ר אַ צ י אַ : דאָן מיקעז שפּאַסט . . . װאָס װערסטו אויפגערעגט, בריאַנדאַ ? (צו רעינאַין) רעינאַ, דאָס איז אַ קמע, װאָס דער טאַטע האָט דיר געשענקט, ווען דו ביסט געווען אַ קינד, (זי טוט אָן רעינאַץ די קמע) דו זאָלסט עס טראָגן און זיין אויסגעהיט פון בייו,

רציגאַ (גיטאַ קוק אױיף דער קמע): װאָס פאַר אַ קמע איז עס, מאַמאַ?

ד אָנאַ גראַ ציאַ: אברהם פירט יצחק'ן צו דער עקדה. דער טאַטע האָט ליב געהאַט די קמע, זי װעט דיר ברענגען גליק,. דו פאָרסט אַװעק, מיין קינד,

ר ע יג אַ ; װען מאַמאַ?

ד אָנאַ גראַ ציאַ+ הינט, מיין קינד. דו אַנטלויפסט פון אַ שפלידיק לעב און גאָט װעט דיך דערחויבן, מיין קיגד,

ר עינאַָ: נאָך אײן טאָג וויל איך דאָ בלייבן, מאַמאַ. אין גאָרטן בליען די בלומען, איך האָב ליב דעם פּאַלאַץ +‏ .

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: גאָט װעט דיר גרינג מאַכן דעם וועג. ר ע י גנ אַ + ואוהין פאָר איך, מאַמאַ ? ד אָן מי קע ז: איך װעל מיט דיר פאָרן, רעינאַי

| 39 {

ר ע יג אַ : מאַמאַ, פאַר װאָס מוז איך פאָרן היינט ? איך וויל אין גאָרטן שפּאַצירן אַ טאָג, איך וויל אַלע ווינקעלעך פון פּאַלאַץ אַרומגײן, איך וויל זיך זעגענען מיט איזאַ- בעלאַ און מיט מאַדאַם באָשאַר . . .

ד אָ נ אַ ג ר אַ צ י אַ : דוֹ אַנטלױפסט היינט, רעינאַ! מען װעט דיך שמידן אין קייטן און פירן צו דער חתונה !

ר עינ אַ : וער עס עס װאָגן צו טאָן?

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: דער העפלעכער ריטער. דער פירשט פון אַראַגאָן. ער וועס װאָגן,

ר עינאַ: איך קען ניט גלויבן

ד אָן מיק עז: ער האָט באַצאָלט צוויי הונדערט טויזנט דוקאַטן דעם קייסער אויף אַרויפצווינגען דעם שידוך. אָט איז די קאָפּיע פון זיין בריוו. (ווייזט רעינאַץ אַ בריון),

ד אָנ אַ ג ר אַ צ יאַ + מיר זיינען אידן, רעינאַ. מען מוז גיט זיין צופיל איידל צו אונז.,

ר עינאַ: (קוקט דורך דעם בריו, צערייסט אים מיט די ציין. דאָן מיקעז טוט איר אָן אַ שאַל),

דאָנאַ ב ריאַנדאַ: ואהין? ואוהין פאָרסטו, רעינאא? רעינאַ! רעינא ++. דו וועסט ניט טראָגן די קרוין פון די אַראַגאָנס . . . רעינאַ. . . אַזאַ גליק +..

רעינאַ (טרױעריק): מיר װעלן אַװעקפאָרן ווייט, דאָן מיקעז. דאָס גליק זאָל אונז ניט דעריאָגן. זי הויבט אָן ויינען. פאַלט צו צו דאָן מיקעזיס אָרעם. ער פירט זי צו דער טיר),

(בלייבט שטיין קוקנדיק אויף דער פאַרמאַכטער טיר).

ד אָן מ יק 9 ז: זי זון װועט דיך אָפּברענעןן, רעינא. דו װעסט זיין ענלעך צו שולמית. (דאָנאַ גראַציאַ גיט אַ קוש רעינאַץ. די טיר פאַרמאַכט זיך)

דאָנאַ בריאַנדאַ: דוביסט אומגליקלעך, גראַציאַ? אומגליקלעך אין דיין גאווה ? האַ ? אומגליקלעך!

פּ עדר אָ (באַוייזט זיך אין טיר); אַ שליח פון זיין מאַיעסטעט, דעם קייסער קאַרל! (אַ ויילע זיינען ביידע עשוועסטער געפּלעפט).

ד אַ נאַ ג ר אַ צ יאַ; בעט דעם הױכגעבאָרענעם שליח װאַרטן. איך גי אים אויפנעמען. (פעדראַ גייט אַוועק),

ב ר יאנדא: גראַציאַ... גראַציאַ! קער זיי אום! איך האָב מורא . ..

|40 {

דאָנאַ ג ראַ ציאַ: (פאַרריכט די האָר. נעמט אַרױס פון קעסטעלע אַ דיאַָדעם און טוט אָן אויפן קאָפּ. גלייכט זיך אויס און גייט צו דער טיר, וואו פּעדראָ איז אַוועק),

בריאַנדאַ: (בליבט אַלײין): עס איז מיר קאַלט... גרעטאַ! (זי ציט אױיס די הענט, כאָטש אין צימער איז קיינער ניטאָ) גרעטאַ... דעק מיך איין..,. דעק מיך צו,.. עס איז מיר קאַלט... איך האָב מורא...

(פאָר ה אַָנג)

צוויים ער אַק 5 צווייטע סצ ענע

דער פּאַלאַץ פון די מענדעסעס אין ליאָן,. איזאַכעלא פוצט די מעשענע געשטעלן פון די לאָמפּן און פּעדראַ גיסט אָן אל אין די ברע דערן אויף אַן אָנגעזעען אָרט א בראַנזענער קאָפּ פון דאָנאַ גראציא.

9 ע ד ר א: אד אַך. אַך, איזאַבעלאַ, אומעטיק ביי אונו אין פּאַלאַץ אין ליאָן ! װאָס פאַר א פֿאַרגעניגן איז עס פאַר מיר אָנצינדן זי לאָמפּן און פאַרלעשן די לאָמפּן ? אַמאָל אין אַנטװערפן זיינען געווען פריילעכקייטן, בעלער, די יונגע דאָנאַס האָבן אַרומגעשטיפט, געלעכטערס זיינען געווען אין פּאַלאַץ, פאַרשטעלטע האָבן געשפּילט! און איצט -- קומט איין שטאַפּעט, קומט נאָך א שטאַפעט, אַ שאָד דעם האָבער, װאָס מען גיט זייערע פערד קייען.

א יו אב ע לאַ: מיט דיר פעדראַ. איז גוט לעקאַך עסן. אַן אַנדערער אויף דיין אָרט װאָלט זיך צום האַרצן גענומען, װאָס די גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ שלאָפט ניט אין די נעכט! ;גיס אָן, -- זאָגט /", -- איזאַבעלא, אויל אין די לאָמפּן, די נעכט זיינען לאַנגע?. װען זי װאָלט געשלאָפן, צן װאָס װאָלט זי באַדאַרפט אויל אין די לאָמפּן בייגאַכט ?

99 ד ר א או אַלץ צוליב דער יונגער דאָנאַ דעינאַ! אַװעקגעפלױגן װי אַ פייגעלע, פי, פי, פי ! (צענעמט די הענט און באַוױיזט, ווי אַ פייגעלע פליט אַוועק) איז דער פירשט פון אַראַגאָן געװאָרן אין כעס, איז דער קייסער געװאָרן אין כעס, איז דער בישאָפּ געװאָרן אין כעס ! דעם קייסער דאַרף מען פאָלגן ! אויף דעם איז ער געבאָרן געװאָרן' און די יונגע דאָנאַ רעינאַ --- פי, פי, פי ! װער עס האָט גאָלד, יענער האָט אַ משוגעת דערצו. און מיר דאַרפן אַרומפאָרן אין אַלע שטעט זיי זוכן!

41

א יזאַב על אַ: שאַרף ניט די צונג, פּעדרא! אַ צעמישעניש אין אָנגעקומען אויף דער יונגער דאָנאַ. זי איז אַ בלאַסינקע אַרומגעגאַנגען פאַרן אַנטלויפן, דאָס האַרץ האָט איר וויי געטאָן.

פּעדרא. נישטאָ קיין האַרץ ביי אייך, ווייבער ! און דו, איזאַבעלאַ, ביסט בעסער? שוין פיר יאָר אַז דו האָסט צוגעזאָגט חתונה האָבן מיט מיר! און איצט? קאמעז האָט לאַנגע װאָנצעס, װוילסטו מיט אים אַרומלאַכן! (וויל זי אַרומנעמען, גיט אַ טרייסל דעם געשטעל מיטן בראַנזענעם קאָפּ).

איזאַבעלאַ. זי פאָרזיכטיק! פון קעניגלעכן הויף אַ מתנה איז דער בראָנ- זענער קאָפּ דער גנעדיקער דאָנאַ גראַציאַ! נישט פאַר דיר, פּעדרא, אויף אָנצורירן !

פּעדרא: מען װײס, מען װייס! (נעמט זי אַרום).

איזאַבעלאַ. רײסט זיך אַרױס): לאָז אָפּ, פּעדראָ, איך האָב קיין צייט ניט! איך דאַרף זיך שטעלן פאַר דער גנעדיקער דאָנאַ זאָגן, אַז דער זאָל איז פאַרטיק,

(עס קומט אַרין דאָן מיקעז אָנגעטאָן אין אַ וועג-מאַנטל),

פּעדראָ: גגנעדיקער דאָן מיקעז! (לויפט צו אים און העלפט אים זיך אױסטאָן.

איזאַ בע לאַ: גגעדיקער דאָן מיקעז? איך לויף שוין אָנזאָגן דער גנעדיקער דאָנאַ! (לויפט אַװעק).

ד אָן מיק עז גרינג): נה װאָס פּעדרא, ווען האָסטו חתונה מיט איזאַבעלאַן?

פּעדרא: אָי גנעדיקער דאָן מיקעז! נישטאָ קיין האַרץ ביי די ווייבער! קאָמעז

האָט לאַנגע װאָנצעס . . . ער נעמט צו ביי דאָן מיקעז דעם מאַנטל) און איזאַבעלאַ. . . ווינקט זיך דורך מיט אים,

ד אָן מ י ק עז ערינג): יע, ברודער פּעדרא! אַן אומגליק מיט די לייט, װאָס האָבן לאַנגע װאָנצעס! (גיט אים אַ קלאַפּ איבערן אַקס?) איך װעל דיר געבן אַ שמירעכץ אַזאַ --- װעלן דיינע אויך אויסװאַקסן. (פעדרא פּאַרנויגט זיך און גייט אַװעק, עס קומט אַריין דאָנאַ גראַציאַ).

דאָנאַ אראַציאַ (נעמט אַרום דאָן מיקעזן): איר זעט אויס מיד, אַ שווערער וועג געווען? ו'

ד אָן מיק עז מעצט זיך. קליינע פאוזע): נישט דער װעג איז געווען שווער, דאָנאַ גראַציאַ. אַלע אונזערע פאַרמעגנס אין בעלגיע און אין דייטשלאַנד זיינען אונטער אַרעסט,

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ: דאָס האָט מען באַדאַרפט דערװאַרטן, ווען זיי האָבן אָנ" געהויבן דעם פּראָצעס קעגן מיר און בריאנדא'ן.

| 42 (

ד אָ | מיקעז נאָךאַ קורצער וױיילע, צוגרייטנדיק צו אַ שווערן אָנזאָג): דאָס הייליקע געריכט האָט אַ נייעם אײנפאַל,

ד אַ נאַ גנ ר אַ ציאַ זעצט זיך אַועק, װאַרטנדיק)

ד אָן מי קע ז: זײ פאָדערן איר און בריאַנדאַ זאָלן קומען אין באַראַבאַנט זיך פאַרטיידיקן,

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יא : מיטן קאָפּ אין פייער אַרײן, הײיסט עס , , , אין װאָס באַשולזדיקן זיי אונז, דאָן מיקעז ? די אינקוויזיציע האָט דאָך אפילו קיין זוכונג ביי אונז אין פּאַלאַץ גיט געמאַכט,

ד אָן מ יק עז: געזעצן זיינען געשריבן אויף װאַקט. מען קען זיי דערװאַרע" מען, און אָפּקילן, און געשטאַלטיקן, און אַן אומשולדיקער ווערט שולדיק, ווען מען מאַכט אויף אים א באַשולדיקוגג,

דאָגאַ גראַ ציא: די אאַנט פון דער קעניגין מאָרי ליגט דאָ! די מענדעש- פאַרמעגנס האָבן איר זיך פאַרגלוסט ! אַזאַ שלעפערקש אין א קרוין! זי האָט שוין לאַנג פאַרטראַכט אָט די רויבעריי! דער שידוך, אונזער אַװעקפאָרן -- דאָס איז פאַר איר אַ * גוטער אויסרייד ! איך װעל זי רואינירן! איך על צענרעכן איר רעגענטור. אַלע אונזערע בענק וושלן מיר באַפעלן --- מען זאָל אָפּשטעלן יעדן האַנדל מיט בעלגיע! מיר וועלן זיי דערשטיקן!

דאָן מיקעז שאָקלט מיטן קאָפּ אויף ניין): גיין, דאָנאַ גראַציאַ! דעם משפּט קעגן אייך פירט די קירך. די קירך איז אומעטום די זעלבע. מיר טאָרן ניט דערלאָזן דער פּראָצעס זאָל ווערן צו הילכיק. גאָט האָט ניט ליב קיין צו הילכיקע פּראָצעסן, דאָנאַ גראַציאַ! (פאַלט אַריין אין אַ ביטערן עקסטאַז) גאָט האָט באַשאַפן אַ שטילע וועלט, און ווען דער לייב וויל צערייסן דעם הירש, כאַפּט ער אים אָן פאַרן האַלן, עֶר זאָל ניט קענען אַ געשריי טאָן. שטילקייט איז גוט, די גלױביקע קענען תפילה

טאָן צום באַרימהערציקן, ווען עס איז שטיל. דאַנאַ גראַציאַ פאַרלאָרן)+ װאָס קענען מיר טאָן, דאָן מיקעז? ד אָן מ י ק ע ז: מיר װעלן זיי שלאָגן פון אַזן אַנדער זייט, (הויבט זיך אויף,

דרייט זיך דורך אַ פּאַר מאָל איבערן זאָל, שטעלט זיך אָפּ ביים פענצטער לעבן אַ בלומען" טאָפּ, פלוצלונג שניידט ער אָפּ אַ דלום מיט א מעסער).

ד אָ { אַ ג ר אצ יא{ דאָן מיקעז! װאָס טום איה

1

ד אָן מיק עז: וענעציא! דער קייסער קאַרל וויל צונעמען ווענעציא ! ער וויל דאָרסן באַזעצן דעם פּרינץ שאַרל! דעם נאַרישן זון פון דעם קלוגן פראַנסואַ. מיר

43

וװועלן אים אָפּשנײדן ווענעציא! מיר װעלן דאָרט שטיצן די פראַנצוייזשע פּאַרטײ! דאָס װעט אים קאָסטן טייערער וויפיל עס זיינען ווערט אונזערע פאַרמעגנס אין דייטש- לאַנד און אין בעלגיע! מען דאַרף זיי לערנען אויף שטום-לשון, אַז די פּראָצעסן פון דער הייליקער קירך קאָסטן טייער דער קרוין,

ד אָ נ אַ ג ר אַ צ * אַ : רעינאַ איז אין ווענעציא! מער פעלט אונז ניט, אַז עמיצער פון אונזער משפּחה זאָל אַרײנפאַלן אין די גרענעצן פון דער אימפּעריע!

ד אָן מיי ק צעז: מעסיע מוסען ועט דאָ היינט זיין. איך װעל שמועסן מיט אים וועגן ווענעציא (עס לויפט אַרין גרעטאַ),

גר ע טאַ: טאַנטע גראַציאַ. . . (בלייבט שטיץ אָן אָטעם).

ד אָ נאַ ג ר אַ צי אַ (קוקט אָן גרעטאַץ מיט אומרואיקער דערװאַרטונג.

ג ר ע ט אַ: די מאַמא... די מאַמא . . . די מאַמאַ װיל מיט מיר גיין צו אַ ביינאַכטיקער גאָטעסדינסט אין אַ מאָנאַסטיר. איך האָב מורא . . . זי װעט מיך דאָרט איבערלאָזן אין מאָנאַסטיר,

ד אַ נאַ ג ר אַ צ יאַ+ װאָס פאַלט דיר איין גרעטאַ?

גרצטאַ װאָךאַװײילעפון שוייגן). די מאַמע האָט מיך געשלאָגן ווען איך האָב געזאָגט, אַז איך וויל ניט גיין,

דאָנאַ גראַציאַ װוערט אויפגעלױכטן גיט אַ גלעט גרעטאַין איבערן פּנים): דו ביסט אַ נשיא, גרעטאַ.

ג ר ע ט אַ + טאַנטע גראַציאַ, איך האָב געהערט -- די מאַמע האָט געזאָגט, -- זי וויל איך זאָל זיין אין אַ מאָנאַסטיר.

ד אָן מ יק עז: צו ועמען האָט זי דאָס געזאָגט? ג ר ע ט אַ: צו מוטער עליא

ד אָג אַ ג ר אַ צ יאַ:; צו גאָטעסדינסט װעלן מיר גיין אַלע צזאַמען, גרעטאַ, וי שטענדיק, און איצט גיי אַרֹײן צו מאַדאַם באָשאַר און זאָג איר, אַז איך האָב געבעטן זי זאָל מיט דיר פאַרברענגען דעם היינטיקן אָװונט, (גרעטאַ גייט אַועק),

דאָן מיקפז: בראַנדאַ מוז איינמאָל פאַר אַלעמאָל פאַרשטיין אַז זי פאַרנעמט זיך ניט מיט גרעטאַיס דערציאונג,

דאָנאַ גר אַציאַ: איך בין אומרואיק וועגן בריאַנדאַ'ן. זי האָט אויפגעהאַנגען אַ צלם איבער איר בעט, די מוטער עליאַ קומט צו איר, און זיי קניען ביידע. אין אַ מין מרה שחורה איז זי, בריאַנדאַ.

ד אָן מי ק ע ז: בראַנדאַ איו מיד.

41

דאַנאַ גראַ ציאַ: דער דאָקטאָר גיט אויף איר אַכטונג. זי טוט גאָרגיט. פון װאָס איז זי מיד ?

ד אָן מיק עז: ז איז מיד פון זיין אַ איד. נאָר די שטאַרקע װעלן בלייבן פון אונזער דור,

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: דער משפּט אין בראַכאַנט האָט זי אינגאַנצן צערודערט, דער פּחד פון דיאגאָיס פּראָצעס.

(עס קומט אַריץ דאָן מאַרקאָ),

דאָן מאַ רקאָ: אַבריו איז אָנגעקומען פון יעפּיסקאָפּ פון אָנסבורג. ער װעט עדות זאָגן פאַרן הײיליקן געריכט, אַז איר און דאָנאַ בריאַנדאַ זייט גלויביקע קריסטנס. (דאָנאַ גראַציאַ און דאָן מיקעז קוקן אַריין אין בריו),

ד אָן מ אַ ר ק אַ: זין עדות זאָגן קען האָבן אַ גרויסע ווירקונג. מעגלעך מען זאָל אָפּשטעלן דעם פּראָצעס, די פאַרמעגננס װאָלטן געראטעװועט געװאָרן.

דאָנאַ גראַ ציא: מיר גייט שוין ניט אַווי אין די פאַרמעגנס, בריאַנדאַ װאָלט זיך באַרואיקט.

דאָן מיקעז: מיר האָבן שוין געהאָט אַ סך גוטע פריינט און נאָך מער רדיפות, דאָס איינשטעלן זיך פון יעפּיסקאָפּ װועט פאַרשלעפּן דעם פּראָצעס אויף נאָך עטלעכע יאָר, אטשר אים גרינגער מאַן , , , נו, װאָס ? דאָס געלט װאָס מיר וועלן אַרױסקױיגן פון דער קעניגין מאַרי, װועלן מיר דאַרפן אָפּגעבן דעם קייסער קאַרל אויף שוחד ... . (לאַכט) און מיטן געלט, װאָס מיר וועלן ארויסקריגן פון קייטער קאַרל, וועלן מיר דאַרפן אונטערקויפן די קעניגין מאַר".

ד אָנאַ ג ר אַצ יא+ קײין שוחד װעלן מיר זיי ניט געבן! זאָל בעסער אַלץ פאַרפאַלן װערן! מיר זיינען אין פראנקרייך, אונטער דער שוץ פון קעניג פראַנסואַ, מיר זיינען נישט אין בעלניע ! מיר וושלן זיך לאָדן מיט דער קעניגן מאַרי!

ד אָן מיק עז גײט צונאָענט צו דאָנאַ גראַציאַ): דאָנאַ גראַציאַ, האָט איר אַמאָל געטראַכט וועגן דעם, אַז ניט גאָט האָט באַשאַפן די אידן, גאָר די גויים האָבן זיי באַשאַפן ?

דאַנאַ גראַציאַ (אױסער זיך): מיר זאָלן נישט געשטראָפט וערן פאַר אוג" זערע זינד! װאָס רעדט איר, דאָן מיקעז!? דער אויבערשטער האָט באַשאַפן זיין פאָלק ישראל -- וער וייס דאָס גיט?

ד אָן טמ אַר ק אָ: איך האָב אייך אויך ניט פאַרשטאַנען דאָן מיקעז.. . איך מיין , , , און װאָס האָט עס צו טאָן מיטן פּראָצעס אין בראבאנט ?

: 1 15 וְ

7

דאָן מיקעז: עס האָט! עס האָט צו טאָן מיטן פּראָצעם, דאָן מאַרקאָ! עס איז פאַר אונז גלייכער אויסגעבן צװײימאָל אַזויפיל אויף שוחד, און נישט פאַרשפּילן קיין פּראָצעס! עס איז געפערלעך פאַר נייקריסטן צו פאַרשפּילן!

ד אָ גנ אַ ג ר אַ צ * אַ : דאָס הײיסט פאַר אידן?

ד אָן מ י ק ע ז: נייקריסטן, אידן -- עס איז אַלץ איינס! אידן זיינען אײיביק אידן -- פאַרן טויף"װאַסער און נאָכן טויףװאַסער , , . (ער בלייבט שטיין ביי דעם בראַנזענעם קאָפּ פון דאָנאַ גראַציאַ) איר זעט, דאָנאַ גראַציא, װאָס פאַר אַ שיינעם בראַנזענעם קאָפּ דער פראַנצויזישער קעגיגלעכער הויף האָט אייך געשענקט!

ד אָנאַ גרא ציאַ: איך וייס, דאָן מיקעז, וויפיל דאָס איז ווערט , . . וויפיל די כיבודים זיינען ווערט, ווייס איך . . .

ד אָן מ י ק ע ז : אויב מיר װועלן פאַרשפּילן -- און קאַרל דער פינפטער װעט האָבן אַ גוטן פאַרדינסט פון אונזער פּראָצעס -- קען זיך דאָס פאַרוועלן פראַנקרייך אויך ! מיר האָבן גענוג פאַרמעגנס אין פראַנקרייך --- און אויף דעם האָבן זיי באַשאַפן אידן,

ד אָ ן מ אַ ר ק א . אָבער דער קעניג פראַנסוא, ער וועט ניט טאָן אַזאַ זאַך ! ער קען מאַכן אַ ווייטערן חשבון װי קאַרל.

ד אָן מ יק ע ז. אוב ניט פאַרן קעניג פראַנסואַ, אין פאַר אַ שפּעטערדיקן קעניג. עס איז דאָ גענוג נאַרישקײטן אין די געקרויגטע קעפֿי

ד אָן טמ אַר ק אָ (הױבט זיך אױף): איך על גיין ענטפערן דעם יעפּיסקאָפּ אַ בריו.

ד אָנאַ ג ר אַ צי אַ: יע, אַז מיר דאַנקען אים,

ד אָן מ י ק ע ז: או מיר װעלן אויסבויען אַ מאָנאַסטיר. (דאָן מאַרקאָ גייט אַוועק) אַ מאָדנע זאַך מיט דער קירך -- מיט איין האַנט כאַפּט זי דיך פאַרן האַלן, און מיט דער צווייטער --- גלעט זי איבערן קאָפּ ! אַ משונה'דיקע הייליקע הנאה,

דאָנאַ גראַציאַ: סוף כל סוף װעלן מיר מוזן פאַרלאָזן די ברעגן פון אײראָפּע, ביי די פעלקער פון אײיראָפּע האָט גאָט אָנגענומען זייער אַ פינצטערע געשטאַלט. אַז איך זע זייער פירונג, פיל איך זיך באַלײדיקט פאַר דער מענשלעכער אמונה. איך פאַר- שטיי באַראָן דע רען, װאָס ער גלויבט מער אין גאָרנישט. נאַטירלעך, ער איז נישט קיין איד -- ער באַגרייפט ניט דעם גאָט פון ישראל, (קליינע פאזע) מיר װעלן עפענען אַ באַנק אין ווענעציא, מיר וועלן זיך ציען נענטער צו טערקיי. דאָרט איז אַמװײניקסטן נישטאָ די אינקויזיציע.

(אין דרױסן הערט מען אַ טופערײ פון פערז, אַ קאָטש ששטעלט זיך אָפ)

3

46 ז

דאָן מיק צז (גײיט צו צום פענצטער): מיר האָבן אַ גאַסט, דאָנאַ גראַציאַ! באַראָן דע רען, (ער גייט צו דער טיר אים באַגעגענען).

ד אָנאַ גר אַ ציאַ װוערט איפגערודערט. זי מאַכט אַ טריט צו דער טיר, קערט זיך אום, זי גיט אַ שעפּטשע): גאָט זאָל אונז אַלעמען שטאַרקן.

(עס קומען אַריײן באַראָן דע רען און דאָן מיקעז).

באַראָן דע רען: מאַדאַם מענדעס, עס איז היינט גענוי אַ יאָר --- צוועלף לאַנגע חדשים --- וי מיר האָבן זיך געזען ביי גראַף וועסטפאל, איר האָט מיר דעמאָלט דערלויכט א וויזיט אין א יאָר ארום.

ד אָנ א ג ר אצ א איך געדענק, באַראָן.

ב אַראָז דע רען: אַך האָב ניט געקענט פאַרזאַמען דעם טאָג.

דאָנאַ גראַציאַ (פרינדלעך): איך בין אייך מקנא, באַראָן, װאָס איר מעסט אַ יאָר מיט צוועלף חדשים צייט + . .

באַראַן דע רען (באמערקט): און מיט דער האָפנונג אייך זען מאַדאַם.

(עס קומט אַריין דאָן מאַרקאָ מיט אַ פַּאַפּיר אין האַנט),

ד אָן מ אַ ר ק אָ (באַגריסט זיך העפלעך פונדערורייטן): מעסיע לע באַראָן

(דאַן מיקעז גייט צו צו דאָן מאַרקאָ, די קוקן דורך צװאַמען דעם פּאַפּיר, דאַנאַ גראַציא זעצט פאָר דעס שמועס מים באַראַן דע רען,

ד אָ 3 אַ גראַציאַ: פאַר מיר איז עס געװען אַ יאָר פון אַ סך איבערלעבונגען. באַראָן: פריינט, מיט וועלכע איך האָב יאָרן לאַנג פאַרבראכט, שפּאַצירט, געשמועסט ביי פרידלעכע לאָמפּן אין די אָװונטן, געטרונקען וויין מיט זיי --- איצט פאַרשפּרײטן זיי קלאַנגען קעגן מיר אין אַנטװוערפּן, װאָס קענען מיך אומברענגען.

כבאַראָן דע רעצן. איךװייס דאָס, מאַדאַם, איך קום פון אַנטװערפּן. עס איז ניטאָ קיין גרענעץ צו מענטשלעכער גאַרישקײט, מאַדאַם מענדעס, און דעריבער דאַרף מען עס אָננעמען פאַרן בעסטן, װאָס מענטשן פאַרמעגן.

דאָנאַ גראַ ציאַ (גיט א לאַך): איר זיינט לייכטזיניק, באַראָן, אומהײילבאַר לייכטזיגיק

ב אַראָז דע רעוו 4 די ערשטע לייכטזיניקייט באַגײען מיר אַלע ווען מיר ווערן געבאָרן, מאַדאַם, אָבער דאָס מיידן ניט אויס אפילו די טיפזיגיקסטע.

(דאָן מיקעז קומט צו. דאָן מאַרקאָ גייט אַװעק)

ד אָן מיקעז: װאָס האָט אייך געזאָגט דער יעפּיסקאָפּ, באַראָן, ווען איר האָט זיך מיט אים געטראָפן ? אין װאָס, אייגנטלעך, באַשטײיט די באַשולדיקונג קעגן דאָנאַ גראַציאַ און דאָנאַ בריאנדאַ?

471

באַראָן דע ר ען: מען איז חושד די מענדעסעס, אַז זיי ווילן ניט טאָן קיין שידוכים מיט קריסטן, און דאָס איז דער באַווייז . . . פון פאַרבאָרגענער אידישקייט. (קליינע פּאוזע),

ד אָן מי ק עז: אַ חשד קען דאָך ניס זיין קיין באַוייז.

ב אַ ר אָן ד ע ר ע |: מעסיע מיקעז, געזעצן זיינען געשריבן אויף װאַקס. מען קען זיי דערװאַרעמען און אָפּקילן און געשטאַלטיקן וי וואקס. דאָס האָט איר מיר אַמאָל אַליין געזאָגט, מעסיע מיקעז, און דאָס איז ריכטיק. (גרינג, שמייכלענדיק) מאַדאַם מענדעס, איר קענט אַראָפּנעמען דעם חשד און אָפּשטעלן דעם פּראָצעס.

ד אָ נ אַ ג ר אַ צ * אַ :; ואַזױ, באַראָן?

ב אַראָן דע ר ען: זײער גרינג: אנשטאָט מאַדאַם מענדעט זיך אָנרופן מאַדאַם לאַ באַראָנעס דע רען.

ד אָן מ יי ק עז לאַכט): אָ, דעמאָלט װעט מען זאָגן אַז דאָנאַ גראַיצאַ האָט אייך פאַר'כשופ'ט און מען װעט זי משפּטין פאַר צוויי פאַרברעכנס. דאָן מאַרקאָ װאַרט אויף מיר, באַראָן. (גייט אַוועק).

ב אַראָן דע רען: מאַדאַם מענדעס .. . איך האָב עס געמיינט פון גאַנצן האַרצן, איך װעל גליקלעך זיין, מאַדאַם, אַז איר װעט טראָגן דעם נאָמען פון באַראָן דע רען. איר װעט האָבן איער באַזונדער פּאַלאַץ און קיין זאַך אין אייער לעבן װעט זיך ניט ענדערן, מאַדאַם, אויסער דעם פּראָצעס אין בראבאנט,

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: באַראָ, איך בין אייך דאַנקבאַר פאַר אייער פריינטשאַפט, איך ווייס װי שטאַרק איר פילט מיט מיט מיין גורל. ווען אַלץ װאָלט געווען אַנדערש וי עס איז, װאָלט איך גליקלעך געווען פון דעם װאָס איר האָט מיר פאַרגעלייגט היינט, עס איז אפשר פֿאַר מיר דער בעסטער חלום צו טראַכטן וועגן דעם אַמאָל! אָבער, באַראָן, עס קען ניט זיין מיין וועג,

באַדאַן דע ר ען: פאָראורטיילן, מאַדאַם מענדעס! דערהויבענע פאָראור- טיילן זיינען נישט אַנדערש, װי אַלע אַנדערע, מאַדאַם,

ד אָנאַ ג רא ציאַ: איך באַואונדער אייער מוט, באַראָן. מאַרקיזאַ דע שאַמאַן װאָלט אייך פאַרשאָלטן, ווען איר האָט חתונה מיט מיר, צו װאָס דאַרפט איר, באַראָן דערוועקן שנאה קעגן זיך ? מען קען ניט טילן דעם גורל פון אַ מענשן, אפילו ווען מען װויל עס, אפילו פון דעם נאָענטסטן פריינט.

ב אַראַן דע 7 ען: איך פרעג אייך ניט וועגן אייער גאָט, מאַדאַם, פאַר מיר זיינען אַלע געטער געטלעך, ווען זיי האָבן אַזעלכע גלױביקע װוי איר, מאַדאַם

1

מענדעס. מיך שרעקט אַמאָל אייער באַזונדערע גוטסקייט, װאָס איז אַן אױיסשטראַלונג פון גאָט. איר זעט אויס װוי די הייליקע מאַדאָנאַ, און איך בין גרייט צו קניען פאַר אייך,

ד אַנאַ ג ר אַ צי אַ: װאין האַלבן שפּאָס) באַראָן, דערציילט עס ניט דעם בישאָפּ, ער װעט זיין אומצופרידן מיט אייך,

ב אַ ל אַן דע ר ען: קײנער װעט עס גיט הערן מאַדאָם מענדעס. מיר שמועסן דאָך אין א חלום. (קליינע פאחע) מִיר לעבן אין אַ ביטערן דור, מאַדאַם. עס איז ניט אנגענעם צו זען, וי די גאָטהײטן האַלטן שווערדן אין די הענט און שלאָגן זיך, וי זעלנער אויפן שלאַכט-פעלד, צולים װאָט דארטן מִיר זיין די געשלאָגענע אין דעם געפעכט ? קיין איינציקע אמונה האָט נאָך ניט אויסגשבויט קיין טעמפּל פאַרן מענטשלעכן גלויבן, צו װאָס דאַרפט איר, מאַדאַם, שלעפּן די שטיינער פאַר אַזאַ טעמפּל און פאַלן אויפן וועג?

ד אָנאַ ג רא ציא+ו אראַן איך בין געואוינט צו טראַכטן אַז דאָס מענטש" לעכע לעבן איז קורץ, און די גלוסטונגען פון מענטשלעכן האַרץ זיינען קליין. און ווייטיקן דאַרף מען איבערווינדן. דאָס איז אָן אַלטע געוואויגהייט, באַראָן. זי איז שטארקער פֿון מיר און אייביקער פון מיר, און איך גיב זיך איר אונטער יעדן טאָגן ישדע שטה, און מִיטן גאַנצן הארצן .‏ .

באַדאָז דע רעוו אַֹך באַגרײף אייך ניט, מאַדאַם.

ד אָנא ג רא ציאַ: מיר שמועטן דאָך איצט אין אַ חלום, באַראָן. אַ חלום איז קיינמאָל ניט קלאָר,

ב א ר אָן דע ר עו א ער פאַרשװינדט,

ד אַנא גראציא: יע און פארשװינדט, איך האָב צו אייך אַ בקשה, באַראָן: פארט אַװועק.

באַראַן דע רען ייט אַ קוש איר האַנט): פירט מיך צו דער טיר, מאַדאַם, מיר איז שווער צו געפינען דשם וועג צו דער װאָר. (זי פירט אים צו דער טיר. ווען די טיר פאַרמאַכט זיך נאָך אים, גייט זי צוריק פּאַמעלעך, פאַרטראַכט אן טרױעריק. באַראָן דע רען קערט זיך אום) מאַדאַס מענדעס, נעמט די שליסלען פון מיין פּאַלאַץ אין פּאַריז, איר וועט קענען אַחין אַרײינגיין אויף אייער פאַרלאַנג. שטענדיק, מאַדאַם מענדעס,

ד אַ נאַ ג ר אַ צ יאַ (קוענקלט זיך): באַראָ, מיט שליסלען פון חלום עפנט מען ניט קיין טירן אויף דער װאָר,

באַראַן דצ רטפון. אָלןזײ בי אייך בלייבן וי אַ צייכן פון מיין איבער" געבנקייט, (דאַנאַ גראַציע נעמט די שליסלען. באַראָן דע רען גייט אַוועק.)

ודאָנאַ גראַציאַ שטייט אַ וויילע, באַטראַכט די שליסלען. עס קומט אַרין דאָן מיקעז).

| 49

דאָן מיק עז: װאו איז דער באַראָן?

ד אָנאַ גראַ ציאַ: ער איז אַװעק. ער האָט דאָ געלאָזן די שליסלען פון זיין פּאַלאַץ אין פּאַריז,

ד אָן מיקעז אָנגעשטרענגט): צוליב װאָס .. . דאָנאַ גראַציאַ?

דאָנאַ גראַציאַ גיט אַלאַך): שרעקט זיך ניט, דאָן מיקעז. באַהאַלט זיי, ביי זיך,. עס איז שווער צו טראָגן שליסלען פון חלומות.

דאָן מיקעז (לײגט אַרײן די שליסלען אין קעשענע): מאָדנע איינפאַלן האָט דער באַראָן. אים פאַרדריסט, װאָס ער קען ניט אַלע יאָר איבערבויען די וועלט, װי ער בויט איבער זיינע פּאַלאַצן, ער האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז אין רוים װאָלט מען באַדאַרפט מאַכן לאָנקעס פאַר הייליקע ציגן, און דאָס װאָלט געװען אַ סך אַ שטאַרקעױער אויסדריק פון קריסטלעכקייט, װוי קירכן.

ד אָ ג אַ ג ר אַצ יאַ: ער איז דער איינציקער פון אונזערע פריינט, װאָס איז געקומעז אַהער. ער האָט ניט מורא זיך איינשטעלן פאַר דעם, װאָס ער האָט ליב. אַ שאָד --- װאָס ער איז אַ קריסט.

עס קומט אַריין דאָנאַ בריאַנדאַ.)

ד אָנאַ ב ריאַ נד אַ: ואו איז גרעטאַ? דו האָסט זי געזען גראַציאַ? ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ: גרעטאַ איז ביי מאַדאַם באָשאַר.

(בריאַנדאַ גייט צו דער טיר, וואוהין גרעטאַ איז אַוועק.)

ד אָנאַ ג ראַ ציא: בראַנדאַ ! גרעטאַ האָט די לעצטע טעג װײיניק געלערנט. זאָל זי אַביסל פאַרברענגען מיט מאַדאַם באָשאַר.

ד אָ ג אַ ב ריאַנד אַ: גרעטאַ װעט שוין קיין בראָנזענעם קאָפּ פון פראַנ" צויזישן הויף ניט קריגן, אַזױ װי דו. זאָל זי בעסער פאַרברענגען מיט מיר איידער מיט מאַדאַם באָשאַר. זי לאָזט זיך גיין צו דער טיר).

ד אָן מ י ק ע ז: דאָנאַ בריאַנדאַ, גרעטאַ איז פאַרנומען. עס איז ניט כדאי איר צו שטערן. (ביאַרנדאַ שטעלט זיך אָפּ),

ד אָנאַ בריאַנדאַ: פאַר מיר איז גענוג, װאָס מיין שוועסטער גראַציאַ איז אַן אפּיטרופוס איבער מיין טאָכטער, (לאָזט זיך צו דער טיר),

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ: איך האָב געהייסן גרעטאַץ זיין ביי מאַדאַם באָשאַר, ד אַ נ א ב ר ' א נ ד אַ (שטעלט זיך אָפּ צעטומלט):; װאָס איז געשען מיט גרעטאַין? איך ויל זי זען

| 0 {

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: יע, בריאַנדאַ, װאָס איז געשען מיט דיר, װאָס דו ווילסט אַזױ נויטיק זי זען?

דאָנאַ בריאַנדא: איךװײיס גיט,.. איך פאַרשטײ ניט װאָס דו פרעגסט ... איך בין דאָך איר מאַמע! איך 6 . .

5 ע ד ר אָ אָנאַנסירט): מעסיע ביזאר, ריטער פון גאָלדענעם האָרן!

ד אָנאַ גראַציא קט מיט פאַרוואונדערונג אויף בריאַנדאַן): װער האָט אים געלאדן אַהער ?

ד אָנאַ ב ריאַנדאַ: בעט מעסיש ביזאר אַריינקומען. (פעדראָ גייט אַוועק. צו גראַציאַין) איך האָב אים געבעטן קומען! איך מעג האָכן מיינע געסט! (גייט צו דער טיר אים באַגעגענען),

ד אָנא ג ר אַ צ י אַ: (צו דאָן מיקע): שונאים האָט זי אָנגעהױבן פאַרבעטן צו אונז אין פּאַלאַץ, (עס קומט אַריין מעסיע ביזאָר).

ד אָנאַ ב ריאַנדאַ: מעסיע ביזאר! אַואַ גוטער גאַסט ביי אונו!

(דאָנא גראַציאַ שטייט קאַלט, קוקט זיך איבער מיט דאָן מיקעזש

ד אנ א בר יא נדאַ: מעסיע ביזאר, אַ קאַװאַליער פון גאָלדענעם האָרן

מע ס יע בי ואַר: פיל געהערט װעגן אייך, חשוכ'ע דאָנאַ גראַציאַ, און מעסיע מיקעז, פיל געהערט וועגן אייך ! עס איז שוין לאַנג צייט איר זאָלט זיין צווישן די נאָבעליקע! אַפילו צווישן די מיטגלידער פון גאָלדענעם האָרן!

דאָן מיקעז: איר זיינט אַ קאַװאַליער פון גאָלדענעם האָרן! װאָס אייגנטלעך באַדייט עס ?

מעסיע ביזאַדר: שױן דער זעקסטער דור, וי מיר זיינען קאַװאַלערן פון גאָלדענעם האָרן ! מיין אור-אור עלטער זיידט איז געווען דער ערשטער !

ד אָנ אַ ב הי אַג ד אַ + עצט זיך, נאָבעלער מעסיע ביזאר! זייער אינטע" רעסאַנט, װאָס אייער עלטער-זיידע איז געווען דער ערשטער + +.

מע סיט ביזאר: מײן אור אוריעלטערזיידע, חשוב'ע דאָנאַ בריאַנדאַ.

ד אַנאַ ב ריאַנדאַ. יע איך מין אייער אור-אור-:עלטער-זיידע. וי אַזױ האָט ער געקראָגן דעם נאָבעלן טיטול ?

מצעסיע פיזאר: די עמבלעם -- חשוב'ע דאָנאַ בריאַנדאַ,

ד אָ נאַ ב ריא נדאַ: יע, איך מין די עמבלעם!

מעסיע ביזאַר מיין אוריאור-עלטער-זיידע איז געווען אַן אויסגעצייכנטער יעגער! כּא, כאַ, כאַ . . . אַז ער האָט געשאָסן --- האָט ער געטראָפן אין ציל! אויף אַ האָר האָט ער געקענט טרעפן! כא, כאַ, כאַ . . . אויף אַ האָר !

| 51 {

ד אָן מיק עז: אַזױ? המ .. . זײיער אַ פיינער יחוס אייער עלטער זיידע, נאָבעלער מעסיע ניזאַר.

מעסיע ביזאַר; מײןאור:אור-עלטערזיידע! יע... האָט ער זיך איינמאָל פאַרװאָטן מיט די יעגער, אַז ער װעט גיין אויף אַ בער איינער אַלײן!

ד אָנאַ ב ר אַנ ד אַ (צופאַסנדיק זיך): אַך! אַך! אַדי

מעסיע ביזאַָר: אוןער האָט אַװעקגעלײגט דעם בער! כאַ. כאַ, כאַ. כאַ. .. דעמאָלט האָבן אים די יעגער --- צווישן זיי איז געווען דער אַלטער גראַף מאָנפּעליע --- באַערט מיט אַ גאָלדענעם האָרן! כא, כאַ. כאַ! פון ריינעם גאָלד אַ האָרן!

ד אָן מיק עז: או פון דעמאָלט שטאַמט דער אָרדן פון גאָלדענעם האָרן?

מעסיע ביזאַר: מיײן אור-אור:עלטערזיידע האָט אים געגרינדעט, בלויז הונדערט זעקס און דרייסיק משפּחות געהערן צום אָרדן!

ד אָנאַ גר אַ ציאַ: אי ער טאַקע געווען אַ גוטער בערן-שיסער אייער אור אור-עלטער-זיידע. איך בין פאַרנומען, נאָבעלער מעסיע ביזאר, באַשעפטיקט . . , (פאַרנויגט זיך און וויל אַװעקגין).

מע סיע ביזאַר: חשוב'ע דאָנאַ גראַציאַ, איך בין צו אייך געקומען טאַקע צוליבן אָרדן פון גאָלדענעם האָרן . . . (דאַנאַ גראַציאַ בלייבט שטיין און הערט זיך צו פאַרוואונדערט) לויט אייער שטאַנד, און לויט אייער וואונדערבאַרן פּאַלאַץ, און אייערע גרויסע ביישטייערונגען צו דער קירך און אייער אָנזען אין קעניגלעכן הויף -- קענט איר געהערן צו די נאָבעליקע, ווירדיקע דאָנאַ גראַציאַ , . . און איר האָט אונזער גוטע צושטימונג דערצו . . . בליז הונדערט טױזנט דוקאַטן, -- גאָלדענע דוקאַטן -- דאַרף עס קאָסטן.

ד אָן מ יי קע ז: אַ. דאָס הייסט וװערן אַ נאָבעליקער? נישט טײער!

מע ס יע ביזאַ ר: יע, דאָס פאַרשרײיבן אין גאָלדענעם בוך פון די נאָ- בעליקע! ניט יעדערן נעמען מיר אַרין, חשוב'ער מעסיע מיקעז! אידן קענען ניט

אַריינגענומען וערן, פאַרשטענדלעך! נייקריסטן -- אײניקע! לויטן איינזען פון די נאָבעליקע. עס איז אַ שטאַנד! כאַ, כאַ. כאַו אַ שטאַנד!

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ: נאָבעליקער מעסיע ביזאַר! אַ נאָבעלער דאַרף מען גע- באָרן ווערן, װוי איך פאַרשטײ, עס איז אַ זאַך פון געבורט . . .

מ ע ס יע בי זאַ ר: אַ. אַ. אַ. ריכטיק! ווען מען ווערט אַ נאָבעליקער -- ווערט מען װי ניי-געבאָרן ! עס איז אַ שטאַנד! און אין דעם שטאַנד. . . איך מיין . . . איר דאַרפט פאַרשטיין . . . אַ העכערער שטאַנד!

| 52 {

ד אָנאַ ב ריאַ נד אַ: איך פאַרשטי אייך, נאָבעלער מעסיע ביזאַר, אַז מען פאַרשרייבט זיך אין גאָלדענעם בוך פון די נאָבעליקע, באַקומט מען דאָס רעכט צו זיין אַ נאָבעליקער !

מע סיע ביזאַר: גאַנץ געני, גאַנץ גענוי! מיר האָבן זיך פאַרשטאַנען חשוב'ע דאָנאַ בריאַנדאַ !

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ.; נאָבעלער מעסיע ביאָר, יעדער פיש שווימט אַמבעסטן אין זיין טייך, און איך פיל זיך גוט מיט מיין פּשוטץ נאָמען מענדעס. איך דאַנק אייך פאַר אייער איינלאַדונג.

מעסיע ביואַר: איך פאַרשטײ.. . הונדערט טױזנט דוקאַטן. , . איך װעל זיך מיט אייך געזענען, חשוב'ע מאַדאַם מענדעס . . . (פאַרנויגט זיך און לאָזט זיך צו דער טיר).

דאָנאַ ב ריאַ נדאַ: מיר װעלן נאָך שמועסן װעגן דעם, נאָבעלער מעסיע ביזאַר . . . (באַגלייט צו דער טיר) נעמט אין אַכט, אַז אייער אָנבאָט איז זייער אָנגעלײגט ביי מיר, און ביל מיין טאָכּטער! זי רבאגלײיט אים אררױם)

דאָנאַ ג רא ציאַ: אַאַ שטלות פון מיין שװעסטער! אַזאַ געפאַלנקייט!

דאָן מיק עז: דער קייסער קאַרל האָט געוואלט צוויי הונדערט טויזנט דוקאַטן אויף אַרײינצונעמען אונז צווישן די אַראַגאָנס, און ער וויל הונדערט טויזנט דוקאַטן -- דער חשבון איז אַ ריכטיקער . . . און אַ נאָבעלער!

דאַנאַ בריאַנדאַ (קמט אַרין צוריק אויפגעבראכט): װי װאַגסטו, גראַציאַ אָפּזאָגן זיך ?

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ פאַרביסן): פון אַואַ יחוס +.. .

ד אָנאַ ב ריא נדאַ: גענג מיט דיין יחוס! אַװעקגעשלעפּט אונז פון אַנט- װערפּן ! אַרײנגעצױיגן אין אַ פּראָצעט מיט דער אינקוויזיציע! די פאַרמעגנס פאַרלאָרן אין בעלגיע ! אַלץ צוליב דיין שגעון -- די נשיא'ס! איך וויל זיין גלייך מיט אַלע נאָבעליקע, זיין איינע פון זיי, לעבן וי זיי! איך און מיין טאָכטער! מיר ועלן אַרײין אין דעם אָרדן! איך און גרעטא!

דאָנאַ גראַ ציאַ. קײַנמאָל װעט דער נאָמען נשיא ניט זיין אויפן צעטל פון שאַנד! זאָלן זיי בלייבן ביי זייער נאָבעלן שטאַנד, איך וויל ניט געהערן צו זי . . . איך וויל זיי ניט זען אין מיין שטובו

ד אָנ אַ ‏ ב ר * אָנ ד אַ: דו האָסט אומגליקלעך געמאַכט רעינאַץ -- איז זי דיין טאָכטער ! נאָר גרעטאַיץ װעל איך ניט לאָזן ! איך וויל ניט זי זאָל האָבן אַזאַ גורל וי מיינער ! איך על זי אָפּגעבן אין אַ מאָנאַסטיר,

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ: בראַנדאַ, באַדאַכט זיך! װאָס רעדסטו? דו פאַרגעסט ווער דו ביסט ?

ד אָ נ אַ ב ר י אַ 1 ד אַ : איך בין גאָרנישט! איך בין שטויב אונטער דייגע פיס, גראַציאַ! דו גייסט איבער אַלע מיינע פאַרלאַנגען . . . דו, דו ביסט די אידישעי פּרינצעסין! און מיר זיינען דיינע אונטערטעניקע! אַזױ איז דאָס! און אַזױ װילסטו עס זאָל זיין , , ,, איך בין מיד, גראַציאַ . . . איך בין קראַנק . . . שטענדיק אין צביעות, שטענדיק פאַרבאָרגן . . . איך קען ניט מער .. . .

ד אָן מי קע ז: עס איז ניטאָ קיין באַהעלטעניש, דאָנאַ בריאַנדאַ. זיי װועלן אייך געפינען ווען זיי װעלן אייך װעלן דערשטיקן . . .

דאַנאַ בריאַנדאַ: איך בין מיד! עס איז נישטאָ קיין גאָט צוליב וועלכן מען זאָל דאַרפן אַזױ פיל ליידן, (לאָזט זין גיין צו דער טיר וואו עס געפינט זיך גרעטאַ) איך און גרעטאַ . +.

ד אָן מיק עז פאַרשטעלט איר דעם וועג): דאָנאַ בריאַנדאַ, גרעטאַ איז ניט אונטער אייער אויפזיכט. אויף דעם איז דאָ די צוואה,

ד אָ 1 אַ = ב ר י אַ נ ד אַ : איך װעל זיך אָפּטײלן פון אייך! איך על געפינען אַ פייער, װאָס וועט פאַרברענען דיעגאָ'ס צוואה ! און זאָל דיך דיין גאָט באַשיצן, גראַציאַ ! זי גייט צו דער טיר).

אַזאַר (עפנט די טיר און קומט איר אָן אַנטקעגן. ער קלאַפּט מיטן שטעקן זיין קאָפּ איז אויפגעהויבן, דאָס פּנים שמייכלט): זי האָבן אויגן און זיי זיינען בלינד, זי האָבן אויערן און זיי זיינען טויב. זיי הערן ניט װי די גרוב יאָגט זיך נאָך זיי,

בריאַנדא (װילאים אויסמיידן, דערשראַק): אַה, אֵה, ער קומט מיר אַנטקעגן. ובאַמיט זיך דורכגיין, און מאַכט עטלעכע שפּאַן הינטערוויילעכץ אויף צוריק) לאָזט מיך אַרױס . . . לאָזט מיך }. . .

(פאָרה אַנג)

דריטער אקט ער ש טע סצ ענע

דער דריטער אַקט קומט פאָר אין װעגעציע, אין פּאַלאַץ ביי די מענדעסעס. עס איז אין אָװנט, אין הויכע בראַנזענע געשטעלן ברענען קגויטן אין אויל-רערן. דאַן מאַרקאָ זיצט ביי אַ טיש און שרייבט, דאָנאַ גראַציאַ דיקטירט אים א בריו,

ד אָנאַ ג ר אַצ אַ.; גריסער הערשער, סולימאַן... איך פאַרענדיק דאָס שרייבן מיט אַ תפילה, אַז אונזער אַריבערפאָרן אין אייער מעכטיקער מדינה זאָל ברענגען וואויל און גוטס צו אייער לאַנד, צוויי הונדערט געניטע בעלי מלאכות -- אייזנשמעלצער, שמיד-מייסטער און זייד-וועבער וועלן קומען מיט אונז. אייער חכמה און גרויסער חסד זאָלן לויכטן איבער די נייע אײינװאַנדערער אויף דער ערד פון טערקיי.

ר עינאַָ (קומטאַרין אין צימעו): טֿאַמֿאַ + +.

דאָנאַ גראַציאַ מאַכט צואיר מיט דער האַנט זי זאָל אַװעקגײן): שפּעטער, רעינא, שפּעטער. דער שליח פון סולטאַן דאַרף אַװעקפאָרן, איך דאַרף ענדיקן דעם בריהו. (רעינא גייט אַװעק),

ד אָן מ אַ ר ק אָ + װאָס נאָך װעט איר שרייבן צום סולטאַן, גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ?

ד אָנאַ גראַציאַ װאָגט איבער אױף שנעל די לעצטע װוערטער פון בריו): אייער חכמה און חסד זאָלן לויכטן איבער די נייע איינװאַנדערער אויף דער ערד פון טערקיי און , . . לדורות װעט געלויבט זיין אייער גרויסער טאַט,

ד אָן מ אַ רד ק א + דער סולטאַן איז פרום. עס איז כדאי, דאָנאַ גראַציאַ, צו" געבן, אַז עס װועט אויך זיין צום רום פון מאַכמעדאַנישן גלויבן.

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יא + נין דער בריו איז געענדיקט, דאָן מאַרקאָ. עס איז גלייכער נישט צו באַרירן קיין אמונה. מיר ווייסן ניט היינט, ער עס װעס מאָרגן זיין אונזער פריינט און ער אונזער שונא. לאָמיר היינט ניט לייגן קיין שטרויכלוגג, וועלן מיר מאָרגן ניט פאַלן אויף איר. דער סולטאַן רופט אונז ניט צוליבן מאַכמעדאַנישן

| 55 {

גלויבן, ער רופט אונז צוליב אונזער געלט, (זי חתמ'עט אונטער דעם בריו. דאָן מאַרקאָ טראָגט אים אַװעק. ביי דער טיר ששטעלט ער זיך אָפף)

דאָן מ אַר ק אָ: איך בין אומרואיק וועגן דער שיף, װאָס איז פאַרהאַלטן גע- װאָרן אין מאַרסעי. אפשר זאָל איך שיקן אַ שטאַפעט ?

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: עס איז נאַכט. מיר װעלן װאַרטן ביז מאָרגן. עס קענען אָנקומען ידיעות. (דאָן מאַרקאָ גייט אַװועק),

(מען הערט פונדרויסן קלויסטער-גלאָקן קלינגען,

ד א נאַ ג ר אַ ציאַ (ליט צום פענצטער, הערט זיך צו אַ ויילע, פאַרציט די פּאָרהאַנגען). װאָס פאַר אַ פינצטערעניש. דאָס קלינגען מאַכט נאָך פינצטערער די נאַכט, :

ר ע י נ אַ (קומט אַרײן): מאַמאַ, איך װעל זיין מיט דיר אַביסל,. זינט טאַנטע בריאַנדאַ איז אַװעק, האָב איך מורא צו שלאָפן, אַלע דריי נעכט בין איך געלעגן װאַך,

ד אָ נאַ ג ר אַצ י אַ : מען דאַרף ניט מורא האָבן, רעינאַ, גאָט היט אובן.

ר ע ינ אַ: גרעטאַ האָט געויינט, ווען זי איז אַרױס פון פּאַלאַץ, זי האָט מיר געזאָגט, אַז טאַנטע בריאַנדאַ נעמט זי צו אַ גאָטעסדינסט, אָבער דריי מעת:לעת -- און זיי זיינען ניטאַ!

ד אַ נ אַ ג ר אַ צ * אַ ; טאַנטע בריאַנדאַ איז שוין איינמאָל געבליבן אויף אַ גאַנצער נאַכט אין מאָנאַסטיר און דערנאָך איז זי צוריקגעקומען. זי װעט דאָס מאָל אויך קומען צוריק,

ר ע ינאַ: גרעטאַ האָט מיך פאַרן אַװעקגײן אַ קוש געטאָן. אירע א טרער איז געפאַלן אויף מיין האַנט. דוֹ זעסט, מאַמאַ, אָט דאָ , . . איך האָב גרעטאַן מיטגעגעבן מיין קמע, עס זאָל איר גרינגער זיין, אַ פּחד ליגט אויף מיר,

דאָנאַ גר אַ ציאַ. אין שװערע צײיטן דאַרף מען דעם טרויער טרייבן פון זיך, מען דאַרף האָפן צו גאָט, ווייל ער קען אפילו פון אַ קאַלך-אויוון אַרױסנעמען. עס איז אַ זינד, ווען אַ מענש זאָרגט צופיל און איז אונטערגעװאָרפן פּחד. מיר װועלן שוין דאָ לאַנג ניט בלייבן, רעינאַ. מיר וועלן אַלע אַװעקפאָרן קיין טערקיי,. דו און דאָן מיקעז, איר װעט חתונה האָבן . . . דאָרט וװועסטו ניט מורא האָבן פאַר טאַנטע בריאַנדאַ, פון שרעק קומט דיר דער חשד אויף איר,

(עס גיט אַ קנאָל אַ דונער.)

ר עינאַ (גיט אַ ציטער). װי שטאַרק עס דונערט, מאַמאַ!

| 56 {

דאָנאַ גראַציאַ (נעמט זי אַרום): דונערן זיינען פון גאָט. עס איז אַלץ מיט אַן אָרדענונג אויף דער וועלט, רעינאַ. גאָט האָט באַשאַפן די מילדע רעגנס און די דונערן מיט די בליצן. עס איז אַלץ אונטער זיין השגחה. דער דונער װעט גיט טרעפן, וועמען ער דאַרף ניט טרעפן, און דער בליץ איז גאָט'ס פייער, און ער װעט ניט ברענען װער עס דאַרף גיט פֿאַרברענט װערף

רצינא: מאַמאַ... א סך פרומע מענטשן ווערן פאַרברענט פון דער אינקוי" זייצץ.

ד אַ נאַ ג ר אַ צ יאַ: דאָס איז דאָס פייער פון די רשעים, רעינא. מים דער אינקוויזיציע דאַרף מען מלחמה האַלטן. די רשעים פאַרברענען די גערעכטע, ווייל עס ווארגט זיי די גערעכטיקייט פון גאָט.

די ג ע ר ביי דצר טיר.: מעןויל איך זען גגעדיקע דאָנאַ. אידן + +.

דאָנאַ גראַ ציאַ גיט אַשאָקל מיטן קאָפּ אוױף יאָ. דער דינער גייט אַװעק רעינאַ מאַכט אַ באַוועגונג אויף אַועקצוגין): בלייב דאָ, רעינאַ. איך וויל דו זאָלסט זי זען, און זיי זאָלן דיך קענען (רעינא בלייבט).

(עס קומען אַריין דריי אידן. זיי טראָגן געלע מיצלעך אויף די קעפ. זײ בלייבן שטיין מיט גרױיס דרך ארץ הי דער מיר)

צר שט ער איד: געדיקע דאָנא גראַציאַ, גרויסע האָפעגונגען האָבן זיך דערוועקט ביי די אידן אין דער געטאָ, מיר האָבן געהערט, אַז בעלי מלאכות װעט איר מיטנעמען קיין טערקיי. די מענטשן באַלאַגערן דעם בית הקהל, אַלע ווילן פאָרן מיט אייך,

צווייסצר אידרו מען אָגט, אַז אין טערקיי װועלן מיר ניט מוזן טראָגן די מיץ. (ער נעמט אַראָפּ די מיץ א בלייכט שטיין אי א יאָרמולקע. די אַנדערע אין טוען דאָס זעלבע),

ד אָנ אַ ג ר אַ צ יאַ: דער סלטאַן האָט צוגעזאָגט אַרײינלאָזן צוויי הונדערט בעלי מלאכות מיט אונז. אפשר וועט גאָט העלפן און מיר װעלן ביי אים פּועל'ץ מער,

דריטצר איד נעמט אַרױס אַ שער פון קעשענעש): דאָס האָט געמאַכט מיין זון, גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ. ער איז דער בעסטער שמיד אין דער געטאָ + +.

צרשטצר איד אַ שפרונג אױף אים מיט צאָרן): פאַר קהל ביסטו געקומען ריידן, ניט פאַר זיך ! וויי איז דעם שליח, װאָס פאַרגעסט זיין שליחות + + .

ד אָנאַ גראַציאַ: כעסט זיך ניט, ר' שלמה. דער שליח אַליין איז אויך אַ איד, ניט אין פאַרבאָרגעניש האָט ער דאָס געטאָן, פאַר אייך אין די אויגן . . . נישטאַ קיין בייז אין דעם . . .

571

ד ריטער אי ד: (גיט פלוצלונג אַ כליפּע אַרױס) מיין זון איז אַגעליטענער.. אַ געשלאָגענער ביז בלוט . . . נמאס מיר געװאָרן דער ביטערער גלות . . . (ער בויגט אַריין דעם קאָפּ אין די הענט און וױינט).

צווייט ער אי ד: (דערקלערט, וױיזנדיק אויפן וױינענדיקן) זיין זון האָט מען געכאַפּט אויסער דער געטאָ אָן דער געלער מיץ . . . האָט מען אים געשמיסן, קוים מיטן לעבן אַרױס . . .

ער ש ט צר איד: נישט ער איז דער איינציקער . +..

ר ע יינ אַ (קערט זיך אום מיטן פנים צו דער װאַנט. די אַקסלען ציטערן ביי איר),

ד אָנ אַ ג ר אַ ציאַ: שיקט ניט מער צו מיר קיין שליחים. מען דאַרף מיר נישט דערמאָנען . . . איך געדענק אונזער נויט, זאָגט די אידן אין דער געטאָ, אַז איך וועל זוכן אַ מקום מקלט פאַר זיי, איך װעל קיין טאָג ניט פאַרזאַמען אָנצוזאָגן, ווען אַ בשורה וועט זיין. גאָט זאָל אונז אַלעמען געדענקען און אויסלייזן. (זי באַגלייט זי אַרױס, בלייבט שטיין אַ וויילע ביי דער טיר און רעדט צו זיך אַלין) פאַר אַלעמען דאַרף מען זוכן אַ מקום מקלט . . , זיי זיינען אַלע צעבראָכענע און געשלאָגענע . . . (דערזעט װי רעינאַ װישט זיך די אױגן) רעינאַ! דו זאָלסט ניט ויינען, װען עמיצער ויינט

פאַר דיר, ר ע ינ אַ : דאָס האַרץ האָט מיר פאַרקלעמט, מאַמאַ.

ד אָנאַ גר אַציאַ: אױס רחמנות דאַרף מען האַלטן די אויגן טרוקן. ר ע יי נ אַ (קוקט זי אָן): אס רחמנות?

ד אָנאַ גראַ ציאַ: יע, רעינאַ, יע. דער ויינענדיקער דאַרף זיך האָבן אויף וועמען אָנצולענען. (הינטער די פענצטער דערהערט מען אַ טופּערײ פון פערך).

ר ע י נאַ (דערפרייט זיך): עס איז דאָן מיקעז! איך דערקאָן זיין קאָטש, אין אַזאַ שטורעם איז ער געקומען!

ד אָ נאַ ג ר אַצ יאַ; צצליב דיר איז ער געקומען, רעינא, -- אַנדערש װאָלט ער אין אַזאַ שטורעםט ניט געפאָרן.

(עס קומט אַריין דאָן מיקעז.

ר ע י גנ אַ (לױפט צו צו אים): יוֹסף, דו ביסט נאָס אינגאַנצן. קום צו צום פייער, וועסט זיך אָפּװאַרעמען. זי װוישט זיין פּנים מיט איר שאל, און גייט מיט אים צזאַמען צום קאַמין) דו האָסט ניט באַדאַרפט פאָרן אין אַזאַ שטורעם, יוסף.

{ 58 ז

ד אָן מ יק ע ז: איך האָב געװאָלט זיין דאָ היינט מיט אייך, ד א נ אַ ג ר אַ צ יאַ. מיט אונז? בי אונז איז גאָט צו דאַנקען אַלץ בשלום, איך האָב אָפּגעשיקט דעם בריוו צום סולטאַן און אַלץ איז גרייט צו אונזער אַװעקפאָרן,

ד אָן מ יק עז; דאָנאַ גראַציאַ, בריאַנדאַ איז ביי די נאָנעס אין מאָנאַסטיך,

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ + װאָס איז די שרעק? זי װעט צוריקקומען. מיר װעלן אונזער אַװעקפאָרן ניט אָפּלײיגן מער. מיר װעלן נאָר קלאָר מאַכן, פאַרװאָס מען האָט פארהאַלטן די שיף אין מאַרסעי

דאָן טי קע ז: דאָנאַ גראַציאַ, בריאַנדאַ װעט דאָס מאָל ניט קומען צוריק פון מאָנאַסטיױ,

ד אָ נאַ 1 ר אַ צ א + װאָס פאַר אַ מאָדנע השערה . . . פאַרװאָס איו אייך געקומען אַזאַ , . . אַזאַ , . . אומגלויבלעכער געדאַנק אויפן זינען?

דאָן מיק עז. בריאנדא האָט זיך פאַרשריבן אין בוך פון די ,נאָבעליקש", אין בוך פון ;גאָלדענעם האָרן". זי האָט זיך פֿאַרשריבן און גרעטאַן. געחיים האָט זי דאָס געטאָן, |

דאָנאַ ג ר אַציא: פוװאַנען ווייסט איר, דאָן מיקעז?

דאָן מ יק צז;: שמאל האָט געקראָגן די ידיעה פאַר צוויי הונדערט דוקאַטן,

ד אָנאַ גר אַ ציאַ: ז האָט ניט געקענט ביישטיין דעם קליינעם נסיון, מיין שוועסטער . . . צוויי יאָר האָב איך זי אָפּגעהאַלטן פון דעם . , . און זי האָט מיר צוגעזאָגט, אַז זי װעט עס ניט טאָן . . . אונזער נאָמען פארשריבן אין בוך פון חרפה מיט די שונאי ישׂראֹל +..

ד אָן מיק עז: עס איז עפּעס מער, דאָנאַ גראַציאַ! בריאַנדאַ האָט געבראָכן דעם צאַם און איצט ווייסן מיר גיט, װוי ווייט זי קען גיין, און װאָס זי קען נאָך טאָן!

ר עינאַ: מין האַרץ האָט געציטערט די אַלע דריי מעת-לעת זינט זי איז אַװעק,

ד אָן מי קע ז: בראַנדאַ האָט זיך אָפּגעבראָכן פון אונז. זי װעט איצט זוכן פאַרביגדעטע, און ווער ווייס, װוער די פאַרבינטעדע אירע קענען זיין!

דאָנאַ גראַציאַ: װאָס מיינט איר דערמיט צו זאָגן? איר זיינט זי חושד .., איר שטעלט זיך פאָר, אַז בריאַנדאַ קען . . , זי װעט מיר שלעכטס טאָן?

דאָן מיק צעז: איך װײס ניט! װער עס פאַלט אַראָפּ פון זיין הויך קען פאַלן סאַמע אַרונטער ! אינמיטן פאַרהאַלט מען זיך בלויז דורך א נס, און קיין נסים טרעפן ניט מיט פֿאַררעטער !

{ 59 ז

ר עינאַ: יסף איז גערעכט! װער וייס, װאָס זי קען טאָן. גרעטאַ האָט אַזױ ביטער געוויינט פאַרן אַװעקגאַנג.

דאָנאַ. גראַציאַ: נין איך קען בריאַנדאַן ! זי איז קראַנק, זי איז דערשיטערט פון די רדיפות. . נאָר זי װועט ניט ברענגען קיין אומגליק אויף אונזער משפּחה,

דאָן מיקעז: אַ פלעק האָט זי שוין געבראַכט! וי ווייט איז דאָס פון פאַרראַט? פון מסיורה ? דאָנאַ גראַציאַ, איך בין געקומען מיט אַ װאַך. מיין עצה איז איר זאָלט ניט נעכטיקן די נאַכט אין פּאַלאַץ,

ד אָ נאַ ג ר אַ ציאַ: איך גלױב ניט אויף מיין שװעסטער! זי איז אַ בענווע- ניסטאַ. ביי די בענװעניסטאַס אין דער משפּחה זיינען קיינמאָל קיין פאַררעטער ניט געווען.

ד אָן מי ק ע ז: עס טרעפט, דאָנאַ גראַציאַ, אַז צווישן אידן זיינען דאָ פאַר- רעטער, און װאָס עס קען פּאַסירן ביי אַנדערע אידן, קען זיך פארלויפן ביי די נשיא'ס אויך, אגב איז בריאַנדאַ אַװעק פון פּאַלאַץ גראָד איידער עס איז אָנגעקומען די ידיעה, אַז אונזער שיף איז פאַרהאַלטן געװאָרן אין מאַרסעי

וד אָנ אַ ג ר אַ צ יאַ: דאָס קען זיין אַ צופעליגקייט,

ד אָן מיק עז: װי לאַנג איז, אַז בריאַנדאַ האָט צום ערשטן מאָל גענעכטיקט אין מאָנאַסטיר ?

ר ע ינ אַ: שון אַ װאָכן צען. דאָס איז געווען דעמאָלט, ווען מען האָט געזייט די בלומען אין גאָרטן,

ד אָן מ יק ע ז: גענג צייט, אַז אַ רייטער זאָל קענען גרייכן פון ווענעציא קיין פּאַריז און פון דאָרטן קיין מאַרסעי, זי האָט דעמאָלט געשיקט דעם רייטער פון מסירה און איצט האָט מען פאַרהאַלטן די שיף.

ד אָ נ אַ ג ר אַציאַ: דער חשבון קען אויך זיין אַ צופעליקייט.

ד אָן מ י ק ע ז : צויי צופעליקייטן זיינען גענוג פאַר אַ חשד. עס איז נישט כדאי איינצושטעלן, דאָנאַ גראַציאַ! איר דאַרפט אַװעקגײן פון פּאַלאַץ.

דאָנאַ גראַציאַ אַנטלױפן? װי װעל איך קענען זיין דערנאָך מיט בריאַנדאַן אונטער איין דאַך נאָך אַזאַ פינצטערן חשד? דאָס װעט הייסן אַז איך בין איינגעגאַנגען אין דער מחשבה אויף אַ מסור אין אונזער משפּחה! דאָס װעט הייסן, אַז איך האָב די ערשטע געבראָכן דעם צאַם! ניין . . . גאָט װעט מיך אויסהיטן פון סכנה, און ער וועט אויסהיטן בריאַנדאַץ פון אַזאַ חטא. גאָט װעט אונז אַלעמען אויסהיטן. און װאָס

1ר6 ז

*

װעט העלפן מיין אַנטלפן, דאָן מיקעז ? בריאַנדאַ ווייס אַלע אונזערע פאַרבאָרגענישן, אַלע אונזערע פריינט, אַלע אונזערע פאַרבינדונגען ! מען װעט מיך סיי"ווי כאַפּן יי. װוי אַ מויז אין אַ נאָרע װאָלט מען מיך גענומען, גאָט װעט מיך אויסהיטן. ער איו מיין באַשיצער, ער װעט מיך ניט פאַרלאָזן.

ד אָן מ י ק ע ז: זאָל איך אָפּשיקן די װאַך? דאָנאַ גראַציאַ (שוייגט אַ ויילע איבערטראַכטנדיק). פאָרט אַװעק, איר מיט דער װאַך.

(מען הערט אַ גערויש פון עפענען דעם טויער. אַלע בלייבן שטיין שטיל אין אנגע" שטרענגטער דערוואַרטתג. הינטער די פענצטער גיט אַ בלאנק דורך אַ שטורקאַץ. זײ גײען אַלע צו צום פענצטער, הערן זיך צו צום געריש)

9 ע ד ר אַ (באַוייזט זיך אין טיר): א שטאַפעט פון דער גנעדיקער דאָנאַ

בריאַנדאַ האָט געבראכט אַ בריוו, (ער דערלאַנגט דעם בריו. גייט אַװעק)

ד אַנאַ גר אַ ציאַ (ליענט דעם בר"ה: זי איז קראַנק, בריאַנדאַ, דערפאַר איז זי פאַרבליבן אין מאָנאַסטיר די דריי טעג. זי פילט זיך שװאַך. זי בעט איך זאָל מאָרגן קומען אין מאָנאַסטיר זי אָפּנעמען , . . גאָט צו דאַנקען, װאָס דער בריוו איו אָנגעקומען . . . גוט . . . גאָט צו דאַנקען

ד אָן מיי' קע ז: (נעמט בי איר דעם בריו און לייענט דורך שטיל פאַר זיך) ד אֲ נאַ ג רא ציא: איר קענט איצט פאָרן אַהיים רואיק, דאָן מיקעזי

דאָן מיקצעז (האַלטנדיק דעם בריוו אין האַנט): דער טייוול האָט צען קעפּ דאָנאַ גראַציאַ, און יעדער קאָפּ האָט אַ באַזונדערע טיװולאָנישע חכמה. דער בריה

3

איז נאָך פאַר מיר ניט קיין באַװוייז, אַז איר זייט ניט אין סכנה,

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: יי דאָס איז אוממעגלעך. איך װעל מאָרגן בריאַנדאַץ אָפּנעמען פון מאָנאַסטיר און קיין זאַך װעט ניט צעשטערן אונזער אָפּפאָרן קיין טערקיי, מיט גאָט'ס הילף, |

(דאָן מיקעז גייט אַוועק),

ד אָנ אַ ג ר אַ צ ‏ אַ + גײ שלאָפּן, רעינאַ. עס איז שפּעט.

ר ע יג אַ ; עס קלאָפּט מיר אַזױ דאָס האַרץ, מאַמאַי

ד אָנאַ גראַציאַ: זאָגאַ תפילה צו גאָט װעסטו אײנשלאָפן רואיק, מיין קינד,

ר ע ינא: איך ועל נאָך בלייבן אַביסל מיט דיר, מאַמאַ. איך װאָלט געװאָלט עס זאָל שוין זיין טאָג. איך װעל גיט קענען שלאָפן די גאַכט, מאַמאַ.

ד אָנאַ גר אַ ציאַ: עס איז זיך ניטאָ װאָס צו שרעקן, רעינאַ. בריאַנדאַ און איך --- צוויי שוועסטערלעך זיינען מיר געווען -- זיך צוזאַמען געהאָדעװעט. איינמאָל, געדענק איך, ווען מיר זיינען נאָך געווען קליינע, האָט מיך אַ הונט אַ ביס געטאָן אין פוס. בריאַנדאַ האָט דעמאָלט אַזױ ביטער געוויינט, ווען זי האָט דערזען בלוט אויף מיין פוס. ... ביז היינט געדענק איך איר געוויין. גיי, רעינאַ, שלאָפן, עס איז שפּעט. דו ביסט מיד,

ר עינאַ: אַ גוטע גאַכט, מאַמאַ. (זי גייט אַװעק).

ד אַנאַ גראַציאַ גײט זיך דורך איבערן שטוב. בלייבט שטיין װי זי זאָל זיך ע5עס דערמאַנען. גײט צו צו אַ שאַפקע און נעמט פון דאָרט אַרױס אַ בוך אין ביינערנע טאָוולען, מישט אױף או לייענט דייטלעך װאָרט ביי װאָרט): און הבל איז געװוען אַ פּאַסטוך, און קין האָט באַאַרבעס די ערד. איז געווען אין סוף פון די טעג, האָט קין געבראַכט פון די פרונט פון דער ערד אַ מתנה צו גאָט, און הבל האָט געבראַכט די פעטע פון זיינע שעפּטן, האָס זיך גאָט געקערט צו הבל'ס מתנה און צו קינ'ס האָט ער זיך ניט געקערט. האָט עס פאַרדראָסן קינ'ען און זיין פּנים איז איינגעפאַלן -- == -- (לייענט שטיל עטלעכע שורות, די לעצטע ווערטער לייענט זי דורך מיט שרעק) איז קין אויפגעשטאַנען אויף זיין ברודער הבל און האָט אים גע'הרג'עט.

פּע ד ר אַ אין טיר): גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ... באַראָן דע רען איז געקומען !

ד אָנאַ גר א ציא פאַרמאַכט האַסטיק דעםס בוך. גייט באַגעגענען באַראָן דע רען. באַגעגנט אים אין טיר): באַראָן!

באַראַן דע ר ען: מאַדאַם מענדעס... איך בין גליקלעך, װאָס איך האָב אייך געטראָפן אין פּאַלאַץ . . . איך בין גליקלעך.

ד אָ נאַ ג ר אַ ציאַ: נו, איך וושל דאָך ניט גיין שפּאַצירן אין אַזאַ רעגן ! באַדראָז דע רצו: נײין נישט וועגן רעגן... איך מיין + +.

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ: איר זעט אויס מיד, באַראָן. זעצט זיך. פונװאַנען קומט איר ? אַזױ פּלוצלונג וי פון שטורעם אַרױסגעפאַלן

ב אַרדאָן: יע, ריכטיק! איך קום פון פראַנקרייך! איך בין אייך געקומען זאָגן, אַז איך צווייפל, איך צווייפל נאָך מער! . . . אויב עס איז פאַראַן אַ העכערער ועזן! מאַדאַם מענדעס, גאָט קען ניט האָבן אַזאַ אויסזען . . . גאָט? גיין . . .

דאָנאַ ג ראַ ציאַ יט אַ לאַך) אַך, באַראָן ! צוליב דעם זיינט איר געקומען ביינאַכט ? איר װאָלט עס מיר געקענט זאָגן מאָרגן װאָלט עס אויך געווען אַ גרויסע אפּיקורסות,

! 02 {

ב אַ ר אָן: גין, מאַדאַם מענדעס! מאָדנע קלאַנגען גייען אַרום וועגן אייך אין פראַנקרייך, מען האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס הייליקע געריכט פאַרנעמט זיך מיט אייך . . .

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ (מאַכט אַ טריט אױף צוריק):: די שיף אין מאַרסעי ...

שסן

מיין שװועסטער בריאַנדאָיי.

באַראָן דע ר ען: מאַדאַם מענדעס! איך בין געפאָרן אָן אָפּרו איך האָב אייך אַמאָל געגעבן די שליסלען פון מיין פּאַלאַץ . . . עס איז אַן אַלטע ירושה. איך וואוין דאָרט קיינמאָל ניט,. איך װעל אייך אַװעקפירן אַהין,. איך וויל ניט זען אייערע הענט אין קייטן, איך האָב מורא צו טראַכטן וועגן דעם, מאַדאַם מענדעס , . . קיינעם וועט ניט איײנפאַלן אַז איר זיינט דאָרט, קיינער ווייס ניט וועגן דעם פּאַלאַץ,

דאָנאַ גראַציאַ:; בראַנדאַ װוייס,

ב אַ ר אָ ן איבערראָשט): דאָנאַ בריאַנדאַ! אייער שװעסטער.י.

ד אָנ אַ ג ר אַ צ י אַ: ניטאָ קיין באַהעלטעניש פאַר מיר, נאָר גאָט װועט מיך באַהאַלטן מיט זיין חסד, באַראָן... טייערער... (זי גיט אים אַ גלעט איבערן פנים) און גאָט האָט באַשאַפן דעם מענשן אין זיין געשטאַלט... (אין די פענצטער באַווייזן זיך שטורקאַצן), 2

באַדלאָז דע רצו אין שרעק): מאַדאַם מענדעס!

ד אָנאַ ג ר אַ ציא: גײט, באַראָן. איר װעט אַרױסגײן צום קוואל. זי עפנט אַ געהיימע טיר. דער באַראָן גייט אַוועק),

(מען הערט אַ קלאַפּערײ אין די טירן, אין די פענצטער)

א ויסג ע ש ר יי ען: אין נאָמען פון דער הייליקער אינקויזיציע ! (דורך די פענצטער און די טירן קומען אַריין געשטאַלטן אין שפּיציקע היטלען דורך אַ טיר קומט אַרין בריאַנדאַ איבערגעדעקט דעם קאָפּ מיט אַ טוך. זי רירט זיך ניט פון אָרט)

דאָנאַ גראַציאַ (מאַכט צו איר אַ טראָט, דערקענענדיק זי): בריאַנדאַ! זײי האָבן מיטגעשלעפּט דעם שרץ! דעק אָפּ דאָס פּנים, בריאַנדאַ, אויב דו ביסט גערעכט !

כריאַנדאַ (דעקט אָפּ דאָס פּנים)+ איך וויל זען וי דיין גאָט װעט דיך באַשיצן!

ד אָנאַ ג ר אַ צ ‏ אַ: דו װעסט זיך װאַלגערן אין שטויב פאַר דעם, װאָס דו לעסטערסט איצט זיין נאָמען !

(בריאַנדאַ גיט אַ קרעכץ און הויבט זיך אָן װואַקלען דאָנאַ גראַציאַ ווערט אַרומי גערינגלט און מען פירט זי אַרױים)

7{ פאַרהאַנג/

| 05 {

ד ר יט ער אַ ק טם צווייטע סצ ענע

די סצענע קומט פאַר אין פּאַלאַץ פון די מעגדעסעס אין פּעראַראַ. מען גרייט זיך אויפנעמען

דעם הערצאָג.

פּעדרא (באַטראַכט דעם טעפיך): דו זעסט, איזאַבעלאַ? דו זעסט צי דו זעסט נישט?

איזאַבעלאַ: איך זע! עס איז אַלץ אין אָרדענונג!

פע ד ר א. דו האָסט געמעגט האָבן אין זינען אַז איבער דעם טעפּיך דאַרף טרעטן דער הערצאָג פון פעראַראַ! און דער טעפּיך ליגט קרום! דו דאַרפט האָבן אין זינען, איזאַבעלאַ, אַז די אַרבעט אין פּאַלאַץ דאַרף געטאָן ווערן מיט דרך ארץ! דער הערצאָג פון פעראַראַ, איז דער הערצאָג פון פעראַראַ!

א יז אַ ב על אַ: מאַך ניט אַזאַ פּאַראַד, פּעדרא! דער הערצאָג פאַרמאָגט ניט אין זיין גאַנצן הערצאָגטום, װאָס ביי אונזער גנעדיקער דאָנאַ ליגט אין איין קעשענע !

פּעדרא שטרענג): גענוג דיר צו ריידן מיר אַנטקעגן! אַז דו ביסט מיין ווייב, דאַרפסטו זיך צוהערן צו מיינע רייד! גי באַלד הייס מען זאָל אויסגלייכן דעם טעפּיך ! און עס איז ניט דיין עסק מיר צו דערציילן ווער עס איז רייכער און װער עס איו ניט רייכער ! אַ ווייב דאַרף פאָלגן! (ער גייט אַועק פאַרריסן ביי זיך).

איזאַ בצעלאַ גײטנאָך אים): אפילו די גנעדיקע דאָנאַ האָט צו מיר קײינמאָל אַזױ ניט גערעדט. אַ ווייב דאַרף פאָלגן . . . (זי קערט זיך אום, פּאַרריכט דעם טעפיך גייט אַוועק).

ואויף דער טעראַסע קומען אַרױף די דריי שליחים פון די קהילות, זיי נעמען אַראָפּ די געלע אידן-מיצלעך פון די קעפּ און לייגן זיי אַוועק אויף אַ באַנק, זיי {באַטראַכטן דעם פּאַלאַץ. גיבן אַ טאַפּ די שיינע געשניצטע זומער-שטולן)

צר ש ט ע ר אי ד (קקט אױף דער פּאָן). די פאָן איז אַ זיידענע, האַ? (ענטפערט זיך אַלין) ריינער זייד די פאָן.

צווייט ער איד: דאָס איז די פאָן פון פעראַראַ! מען װאַרט, זעט אויס, אויף געהויבענע געסט! אַז גאָט האָט שוין געהאָלפן, און דער סולטאַן האָט אַרױסגע-

64 ז

נומען דאָנאַ גראַציאַ פון דער אינקוויזיציע -- צוליב װאָס זיצט זי דאָ אין פּעראַראַ? מען האָט אויפגערודערט די אידן מיט פאַלשע האָפנונגען . . . איר הערט, ר' שלמה ?

ר' של מה (שטיט או שאָקלט זיך מיט פאַרמאַכטע אױגן גיט זיך אַ כאַפּ) האַ?

צווייטער איד: מיט פאַלשע האָפענונגען זאָג איך, --- אָט פירט מען זי קיין טערקיי און אָט ברענגט מען יי קיין טערקיי -- און וען װעט שוין קומען די ישועה? װאָס זאָגט איר, ר שלמה?

ר' של מ ה; צליב דעם זיינען מיר דאָך אַהער געקומען -- װעלן מיר הערן.

ער ש ט ע ר איד; או װען, רבונו של עולם, װעלן מיר שוין פּטור װערן פון גלות ?

צווייטער איד: אאיר אָלט איר זאָגן, רב שלמה, אַז עס איז פינצטער אין די געטאָס, עס איז שלעכט אין רוים און עס איז ביטער אין מאנטוא! איר זאָלט איר זאָגן + + .

ר' של מ ה שלאָגט אים איבער): איר זאָלט איר זאָגן . . . איר זאָלט איר זאָגן . . . מסתם קען מען נאָך נגיט פאָרן, דאָנאַ גראַציאַ האָט דאָך אָנגעזאָגט, אַז מען מאַכט די איבערזעצונג פון חומש פּעראַראַ --- אפשר איז דאָס מעכב.

צווייט ער איד: מען פאָרט ניט, ווייל מען איילט זיך ניט! עס איז זי דאָ ניט שלעכט אין פּעראַראַ! דער הערצאָג הערקולא איז גוט צו זיי, האָט מען דערווייל פאַרגעסן וועגן די אידן אין איטאַליע. איר זאָלט איר זאָגן! איר זאָלט איר זאָגן, ר' שלמה, אַז. די אידן זיינען מרי נפש, פאַרביטערטע געמיטער, זיי באַלאַגערן דעם בית הקהל, און פאַרפירן זיי מיט פאַלשע האָפענונגען איז אָן עבירה !

ר' של מ ה: שא טע! זיך צערעדט! אן עבירה גאָר! דו האָסט פאַרגעסן וואו דו ביסט! אַן עבירה גאָר!

צר שט ער איד. או וען רבונו של עולם, װעלן מיר שוין פּטור וערן פון גלוח !

צווייט ער איד: אי זאָלט איר זאָגן ר' שלמה!.. . (רייסט איבער). (עס קומט אריין דאָנאַ גראַציאַ)

ד א נאַ ג ר אַ צ יאַ: שלום עליכם, אידן

ר' ש ל מ ה מאַכט אַ פּאָר טריט צו איר): געלויבט זאָל זיין גאָט, װאָס האָט אייך מציל געווען פון די הענט פון די רשעים, און װאָס מיר זיינען זוכה געווען אייך צו זען בשלום. גומל האָבן מיר געבענטשט אויף אייך, גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ,

| 05 {

ד אָ נאַ ג ר א ציאַ+ גאָט זאָל אויסלייזן אַלע אידן, מיר זאָלן ניט דאַרפן מער

בענטשן גומל אויף יעדן יחיד, װאָס ווערט ניצול, די אידן צוזאַ מ ען: החלואי ד אָ נאַ ג ר אַ צ * אַ ; ואָס איז אייער באַגער, אידן?

ר' של מ ה: גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ! די פינף הונדערט נפשות, װאָס איר האָט צוגעזאָגט מיטנעמען קיין טערקיי, זיי זיינען אַרײנגעפאַלן אין ספקות . . . זיי האָבן אָפּגעלײגט זייערע הענט פון מלאכה און זיי גייען אָרום, װי אויפן עולם התהו, חלילה..,

דאָנאַ גראַציאַ (רײסט אים איבער מיט אַ שאָקל פון קאָפּ): איך האָב אייך אָנגעזאָגט דורך אַ שליח, אַז מיר זעצן איבער דעם חומש אין פעראַראַ. עס איז אַ שעת הכושר איצט. דער הערצאָג הערקולא האָט געגעבן אַ דערלויבעניש, און דער גרויסער חכם ר' אברהם אושקי אַרבעט יומם ולילה,

ר' של מ ה וו אַ מגיד): אַ גרויסע מצװה! און אַ דבר חשוב, ווייל עס איז שוין פאַרגעסן געװאָרן די תורה ביי די אנוסים + . .

צווייט ער איד נעמט זיך אָן מיט מוט או גיט אַ רוק ור' טולמהין): עס איז ביטער אין די געטאָס, גנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ! דאָס רשעות און סכנות לויערן בכל עת, בכל שעה. זאָג איך -- אַ פּשוטער איד: מען דאַרף דוחה זיין דײ איבער. זעצונג פון דער תורה, ווייל קודם כל איז דאָס לעבעדיקע נפש,

דאָנאַ גראַציאַ (קוקט אים אַ ויילע אָן מיט פייערדיקע אױגן): טא שמד'ט זיך אויס, אויב איר ווייסט, װאָס עס איז קודם! און זייט ניט קיין אידן! און ווערט ניט קיין אנוסים !

ד י א י ד {}ן צװאַמען, יעדערער אױף זיין אופן): חלילה! מיר װעלן זיך בעסער ואַרפן אין ים אַרײן, (זיי רוקן זיך אָפּ פון איר מיט פאַרלאָרנקייט און שרעק).

ד אָנאַ גר אַ ציאַ (בלײיבט אַלײן איבערראַשט פון איר צאָרנדיקן אויסברוך): צו װאָס קומט איר מיך מאַטערן און איילן? אַלע יאָר ווערן פאַרברענט אונזערע ספרים -- װאָס ווילן דען אונזערע שונאים אויב נישט אויסלעשן אונזער ליכט? װי קען מען דוחה זיין די איבערזעצונג פון דער תורה ? וי מעג מען דוחה זיין ? װי מעג מען דוחה זיין ? מן השמים איז דאָך געווען, װאָס דער הערצאָג האָט דערלויבט דרוקן אין פעראַראַ דעם ספר! וי קענען מיר דוחה זיין?

(אין טיר באַוייזט זיך איזאַבעלאַ).

א יז אַ ב ע ל אַ + גנעדיקע דאָנאַ, איר האָט מיר געהייסן קוקן אויפן זייגער און אייך דערמאָנען, ווען איר דאַרפט זיך איבערטאָן אויף באַגעגענען דעם הערצאָג.

(אין אַ פענצטער באַוױיזט זיך גרעטאַ).

.66 ז

דאָנאַ גראַ ציאַ (צודי אידן): דאָן מאַרקאָ װעס מיט אייך איבערשמועסן וועגן דעם אופן פון פֿאָרן

צוויטער איד גי זיך אַ צאַפּל אויף): אָבער ווען ? ווען, גנעדיקע דאָנאַ?

ד אָ ג אַ ג ר אַ צ ‏ אַ : עס װעס אם ירצה השם זין בקרוב. (גייט אַוועק מיט איזאַבעלאַן. די אידן גײיען אַװועק צו דאָן מאַרקאָ. עס קומט אַרױף פעדרא).

פּעדראַ: (באַטראַכט דעם טעפיך צי ער ליגט גלייך, באַטראַכט פון איין זייט און פון דער צוריטער זייט): אויסגעגלייכט! אַ מאַן פאָלגט מען! אַלע וייבער זיינען וי חוה אין גן עדן. טאָן טוען זיי קרום. אויסלערנען קען מען זיי גיט, סיידן דער רבונו של עולם זאָל זיך אַרײינמישן! אָבער אַ טאַן פאָלגט מען! (גײט אַועק. עס קומט אים אַן אַנטקעגן רעינאַ. ז" איז אָנגעטאַן אין אַ בלױ סאַמעט קלײד מיט אַ דיאַדעם אויפן קאָפּ)

רע ינא + פעדרא, איך װיל זען גרעטאף ג רע טאַ פון פענצטער): דאָ בין איך, רעינאַ. צו װאָס דאַרפסטו מיך?

ר ע יב אַ (שטאַרק אױיפגעלייגט): גרעטאַ! גרעטא! (רופט זי, זי זאָל אַרױס- קומש. גרעטאַ גייט אַוועק פון פענצטער, רעינא פאַרריכט זיך די דיאַדעם אויפן קאָפֿ. גלייכט אויס די בראַסלעטן אויף די הענט. פּאַרריכט די פערל. עס קומט אַרױס גרעטא).

רצ ינ א גרעטא! דו ביסט נאָך גיט אָנגעטאָן? גר ע ס אַ: (שריגט, קוקט אַן רעינאַץ מיט פאָרוואורן).

ר ע ינ אַ: גרעטא! געפעלט דיר מיין דיאַדעם? דאָס האָט מיר יוסף געשיקט פון טערקיי אין דעם טאָג ווען ער איז באַשטימט געװאָרן פאַר אַ בעל יועץ ביים סולטאַן, (גיט זיך אַ פּאָר מאָל אַ דריי, שטאַרק גליקלעך)) און װאָס װועסטו אָנטאָן, גרעטאַ ?

גרע טאַ שאָקלט מיטן קאָפּ אויף ניין. רעינאַ דערפילט עפּעס ערנסטעם. זי בלייבט שטיין און קוקט אן גרעטאַ'): איך היל דיר אפּגעבן די קמעה, רעינאַ. (דערלאנגט איר די קמעה).

ר ע ינ אַ (געפלעפט): פֿאַרװאָס . . , פֿאַרװאָס גיסטו מיר די קמעה פון דער עקדה? עס שטייט פֿאַר מיר אַ סכנה, חלילה! גרעטאל

גרע טאַ: יע אַ גרױסע סכנה! דו און דיין מאַמע גראַציא, איר ווערט אויפגע- פרעסן פון גאווה! פֿאַרװאָס װויל טאַנטע גראַציאַ ניט מוחל זיין מיין מאַמע? ניט איבערבעטן זיך מיט איר ? אין פאַרװויסטעניש וויל זי איר איבערלאָזן דאָס גאַנצע לעבן !

07 {

מיין מאַמע האָט גענוג געליטן פון דערנידעריקונג אין דער משפּחה, און פון דער אינ- קוויזיציע ! דו, רעינאַ, דוֹ דאַרפסט זען, אַז דאָנאַ גראַציאַ זאָל אויפגעבן איר עקשנות, דו דאַרפסט איר דערמאָנען, אַז עקשנות איז אַ זינד, און גאָט װעט זי ניט מוחל זיין פאַר די פּייניקונגען פון מיין מאַמע.

ר ע ינ אַ : איך קען דאָס ניט טאָ, גרעטא! איך געדענק נאָך די אימהדיגע נאַכט, ווען דיין מאַמע האָט געמאַכט אַ בונד מיט די שונאים און געבראכט די אינקווי- זיציע צו אונז אין הויז! װאָס פאַר אַ אימה'דיקע נאַכט דאָס איז געװוען!

גרעטאַ: דוביסט קײינמאָל ניט געווען דערנידעריקט, רעינאַ, און דו ווייסט ניט די פאַרביטערטקייט פון אַ דערנידעריקטן!

ר ע י נ אַ : פאַרװאָס קומסטו צו מיר? זאָל דיין מאַן, שמואל, ריידן מיט דער מאַמאַ ! די מאַמאַ האָט אים ליב, זי געדענקט זיינע שליחותן וי אַ פאַרשטעלטער מאָנאַך. די מאַמע װועט זיך צו אים צוהערן.

ג ר ע ט אַ (הױבט אָן ויינען): שמואל איז אַ קנאי, אַזױ וי טאַנטע גראַציאַ שמואל קען טאָן מצוות, אָבער ער וייסט ניט וי צו מוחל זיין אַ מענטשן זיינע זינד, (פאַרביטערט) מיין מאַן און טאַנטע גראַציאַ --- זי זיינען די פרומע אייזלען פון גאָט, װאָס האָבן קיינמאָל גאָט ניט געזען!

ר עינ אַ (אויפגעבראכט): שוייג! וי רעדסטו וװועגן טאַנטע גראַציאַ, גרעטאַ!

ג ר ע ט אַ : דיין מאַמע איז נישט קיין מלאך, װאָס מען טאָר ניט אורטיילן אירע וועגן !

ר ע ינ אַ: איר װאָלט פאַרפוילט געװאָרן אין דער אינקוויזיציע, דו און טאַנטע בריאַנדאַ, ווען די מאַמע זאָל אייך ניט אַרױסנעמען! גענוג רחמים האָט זי געהאַט צו אַ שוועסטער אַ מסור ! די מאַמע איז גערעכט, װאָס זי וויל זי ניט זען !

ג ר ע ט אַ : עס זיינען ניטאָ קיין מענטשן אָן זינד, רעינא. טאַנטע גראַציאַ איז אויך ניט ריין פון זינד! זי שמועסט איין די פינף הונדערט משפּחות, אַז זי װאַרט דאָ אויף דער פאַרענדיקונג פוֹן חומש פּעראַראַ ! זי וויל ניט אַװעקפאָרן פון אײיראָפּע, ווייל, ווייל . . . דאָ איז באַראָן דע רען. זי האָט אים היינט אַ גאַנצן פרימאָרגן געשריבן אַ בריון.

ר ע ינאַ: גײ אַװעק! איך װעל דיך שלאָגן! (זי ווארפט זיך אויף איר).

(עס קומט אַרױס דאָנאַ גראַציאַ, איבערגעטאָן, מיט אַ דיאַדעם אויפן קאָפף).

| 08 {

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: קינדער! יורשטעס פון די נשיא'ס! דראַפּען איינע די אַנדערע די אויגן אויס ? (רעינאַ און גרעטאַ בלייבן שטיין אָפּגעקילט. אַ וויילע איז שטיל, גרעטאַ קומט צו זיך).

ג ר ע ט אַ מאַיעסטעטיש, וי אַ נשיא): ועגן זיך האָט איר דאָס געזאָגט, גנעדיקע טאַנטע גראַציאַ! איר ווילט מיין מאַמען דערװאַלגערן אין שטויב ביון סוף פון אירע טעג! איר קענט נִיט קומען צו קיין מחילה, וייל איר זיינט צו שװאַך אויף בייקומען אייער שנאה,

ד אָנאַ בר אַ צ יאַ: דוביסט צו יונג, גרעטא, אויף משפּט'ן. מיר װעלן האָבן אַ פאַמיליע באַראַטונג אין טערקיי. איצט טו זיך אָן. מיר דאַרפן היינט באַדאַנקן דעם הערצאָג פאַר זיין דערלויבעניש אויפן חומש פעראראַ. דיינע קליידער און צירונג זיינען אָנגעגרייט,

גוהעס אַָ: פינצטערע געמיטער צירן זיך ניט, גנעדיקע טאַנטע גראַציאַ.

פּצלזױאָ (לױפט אַרײן מיט פרייך): דער גרויסער האַר, דאָן מיקעז! טערקישע מיליטער באַגלײיט אים ! װאָס זאָל איך באַפעלן דער דינערשאַפט, גנעדיקע דאָנאַ?

(עס לויפט אַריין איזאַבעלאַ)

איזואבכעלאַ מי קעןניט רײידן פאַר איבערראַשונג): גגעדיקע דאָנאַ !.. . נגעדיקע דאָבֿא +

דאָנאַ גראַציאַ: דיואַך פירט אָפּ אין זאָל פאַר געסט, און זאָל יעדערער טאָן זיין אַרבעט. (פּעדרא און איזאַבעלא גייען אַוועק. עס קומט אַרין דאָן מיקעז,

דרצינא גײט אים אַנטקעגן):.. יוסף! (ער נעמט זי אַרום. שפּעטער באַגריסט ער זיך מיט דאַנאַ גראַציא א גרעטא)

ג רע ט אַ: איצט קענען מיר האָבן אַ טאַמיליען באַראַטונג, טאַנטע גראַציאַ.

ד אָן מ יק עז: צלים דעם בין איך געקומען. אין טערקיי האָבן זיך פאַר" שפּרייט קלאנגען, אַז עס זיינען דאָ קריגערייען אין דער משפּחה נשגא. די קלאַנגען ווערן אונטערגעהאַלטן פון אַלע קאָנסולאַטן, װאָס קוקן אויס אויף אונזער אָפּשװאַכונג,

ד אָנאַ ג ר אַ צ י א+ ויאזי זיינען די קלאַנגען דערגאַנגען צו זיי? קיינער ווייס ניט וועגן דעם אויסער די מיטגלידער פון אונזער משפּחה,

גד צ ט אַ: אַלע אין פערארא וייסן, אַז מיין מוטער ווערט פון אייך ניט אויפ- גענומען אין פּאַלאַץ,. דאָס איז גענוג, אַז עס זאָלן פאַרשפּרײט ווערן קלאַנגען.

{ 69 ז

5

ד אָנאַ ג ר אַ צ יאַ: אַ מענטש קען געװעלטיקן איבער זיינע מעשים, אָבער ניט איבער זיין האַרץ.

גר עס אַ: דאָס האַרץ ברענגט צו מעשים, טאַנטע גראַציאַ. ד אָנאַ גר אַ ציאַ: די באַראַטסונג װועט זיין מאָרגן,. גייט, קינדער. (רעינאַ און גרעטאַ גײען אַוועק).

ד אָנאַ גראַציאַ (צודאָן מיקעז): וען עס זאָל זיך האַנדלען וועגן מיר -- װאָלט איך זי מוחל געווען. איך װאָלט זיך איבערגעבעטן מיט בריאַנדאַן, איך װאָלט איר מוחל געווען די יסורים, װאָס זי האָט מיר פאַרשאַפט. בריאנדא האָט צעבראָכן מיין גאַנצקײט. זי האָט פאַרפינצטערט דעם ליכטיקן שם פון די בענװעניסטאַס. איך בין איר שוועסטער --- איך פיל זיך מיטשולדיק אין איר מיאוסץ טאַט, כאָטש אַליין בין איך געווען די געליטענע, צוליב גראָבער שנאה צו מיר האָט זי דאָס געטאָן, זי האָט אַליין געװאָלט פאַלן, כדי מיך מיטשלעפּן אין איר געפאַלגקײט, דאָס אַלץ װאָלט איך איר מוחל געווען, נאָר זי האָט אַרײנגעטראָגן פאַרראַט אין דער משפּחה נשיא -- און דאָס טאָרן מיר ניט מוחל זיין,

ד אָ | מ יק ע ז: מיר זיינען אַ שװאַך פאָלק, דאָנאַ גראַציאַ. אונזער ליבע און אונזער שנאה דאַרפן מיר אַמאָל מקריב זיין,. שמואל און איך --- מיר פילן אַז בריאַנדאַ'ץ קען מען ניט מוחל זיין, איצט איז זי פרום, (לאַכט) אַז רשעים װערן גוט --- זיינען זיי מחלל די גוטסקייט, אָבער מיר האָבן אַן אַנדער חשבון, דאָנאַ גראַציאַ! און איר מוזט זיך איבערבעטן מיט בריאַנדאַ'ן, ווייל צעבראָכענע און אָפּגעזונדערטע זיינען מיר באַזיגטע,. דער קאנסול פון קאַרל דעם פינפטן קוקט אויס אויף דעם, פראַנקרייך און ווענעציע אויך,

ד אַ נאַ ג ר אַ צ ‏ אַ + יסף, אוב מיר װעלן איינמאָל מוחל זיין מסירה -- זיינען מיר צעבראָכן פון איגעװוייניק, דאָס איז אַ גרעסערער בראָך, װי עס קענען אונז ברעכן אַלע קאָנסולאַטן צוזאַמען. ווען מיר זיינען גאַנץ מיט אונזער האַרץ -- זיינען מיר שטאַרק. זאָל דאָס וויסן רעינא, און זאָל דאָס געדענקען גרעטא, און זייערע קינדער און קינדס קינדער און מען װעט דערציילן פון דור צו דוֹר --- אַז. די נשיא'ס זיינען ניט מוחל קיין מסירה, דאָס װעט זיין אונזער צאם, און דאָס װעט אונז באַשיצן,

דאָן מיקעז: דאָס איז גוס אויף אַרײנשרײבן אין אַ מוסר ספר, דאָנא גראַציאַ. אין טערקיי דאַרפן מיר קומען אין פולער אחדות און שלום דאַרף זיין צווישן אונז,

דאָנאַ ג ר אַ ציאַ: ניטאָ פאַר מיר קיין מוסר אין אַ ספר און אַן אַנדער מוסר פאַר דער משפּחה נשיא. איך על בריאַנדאַן ניט מוחל זיין,

ד אָן מי ק עז: דאָנאַ גראַציאַ: (ער נעמט זי פאַר אַ האַנט און ער קירעוועט

01

זיך מיט איר צו מזרח) לאָמיר זיך שטעלן מיטן פּנים צו מעריב וואו עס שטייט אונזער צעבראָכענע װאַנט! אַ מענטש װערט קלוג, ווען ער קוקט אין יענער זייט,. אונזערע מוסרים און אונזערע פאַררעטער זיינען אונזער צעבראָכנקײיט,. װאָס פאַר אַ באַדייט האָט די ריינקייט פון דער משפּחה נשיא --- אַנטקעגן דעם אומגליק פון אַ פאָלק ? גרויסע האָפענונגען לייג איך אויף אונזער קומען קיין טערקיי,. דורכן סולטאַן װעלן מיר קריגן אַ מקום מקלט פאַר אידן, (ער מאַכט פאָרויס עטלעכע טריט און שטעלט זיך אָפ) אַ מקום מקלט פאַר אידן! (היבשע פאוזע) זאָל היינט זיגן בריאַנדאַיס פרומקייט, און אייער חכמה זאָל אייך ביישטיין צו טאָן דאָס, װאָס עס איז נויטיק צו טאָן היינט !

דאָנאַ גראַציאַ: איך פאַרלאָז זיך אויף גאָט, אַז ער װעט מיך ניט ברענגען קיין שטרויכלונג,

ד אָ ן 8 יי ק ע ז: מיר האָבן נאָך וואו צו פרעגן, דאָנאַ גראַציאַ. מיר װעלן פרעגן, װוי איז דער דין מיט אַ בעל תשובה,

דאָנאַ גראַציאַָ: מיר װעלן פרעגן דעם טייטש = ובערת את הרע מקרבן -- און דו זאָלסט אויסברענען דאָס שלעכטס פון דיין מיט.

זי גײיען אװועק אין דער טיף, אַראָפּ פון דער טעראַסע. עס קומען אַרױס די דריי שליחים),

ער שטער איד: אך ואָלט נאָר געװאָלט אַ קוק טאָן אויף אים. מען זאָגט, ער איז אַ בעל יועץ ביים סולטאַן. אַלע מדינות שיקן זייערע שליחים צו אים, (פאַרחלומט) אפשר וועלן דורך אים אידן געהאָלפן ווערן.

צווייטער איד! אואיך אָג אייך, עס איז זיך ניטאָ מיט װאָס צו פרייען. די שונאי ישראל פאַרגינען ניט א אידן, אַז ער זאָל זיך פירן מיט מלוכות, און די קנאה קען חלילה ברענגען נייע גזרות אויף אונו,

ר' ש ל מ ה ; אַז דער אױיבערשטער דערהיבט א אידן איו עס שטענדיק לטובת ישראל, אַזױ איז געווען מיט יוסף הצדיק. גאָט האָט אים דערהויבן כדי מציל זיין יעקביס קינדער פון הונגער.

צווייט ער אי ד או ויפיל אידן האָט מען שוין אױסגעשאַכטן פון דעמאָלט אָן ? עס האָבן ניט געהאָלפן די אידישע נשיאים... און אַפילן דער רבונו של שולם אַליין + . .

ד' ש למה.: שאַ! עוכר ישראל! צו שמד גייסטו (ר' שלמה גיט אים אַ שטױיס, דער איד פאַלט צו צו אַ װואַנט און בלייבט שטיין לעבן איר צוגעטוליעט). עס קומט אָן דאָן מיקעז און דאָנאַ גראַציאַ),

711ז

דן מיקעז: שלום, אידן! (ער גיט זי די האַנט),

צווייטער איד נניט רירנדיק זיך פון דער װאַנט): אַז איך האָב רחמנות אויף אידן, זאָגט ער -- אַז איך גיי צו שמד,

ד אָן מיק עז (מנטערט אים): צו שמד גייט מען ניט, צו שמד פירט מען גיט שלום. (גיט אים די האַנט).

ר' ש ל מ ה : חלילה! ער איז אַ איד, וי אַלע אידן! נאָר ער צעקאָכט מיך מיט זיינע רייד,

צערשט ער איד גײט צו פאַרטרױימט צו דאָן מיקעז): ר' יוסף נשיא, איר זיינט אַ גרויסער האַר און אַ באַשיצער פון אידן . . . מיר װעלן דערציילן אין די געטאָס, אַז מיר האָבן אייך געזען . . . מיר האָבן געזען אַ אידן, װאָס טראָגט ניט די אידן-מיץ , , . זיי װועלן זיך פרייען . . .

ד אָן מ יי ק עז (מיט טרױער): אַז איר טראָגט די אידן-מיץ, טראָג איך זי אויך, כאָטש מיין הוט איז פון שװאַרצן זייד, (ער הויבט אָן ריידן צו זיך אינגאַנצן פאַר- געסנדיק וועגן די אידן) װאָס העכער עס איז מיין שטאַנד אין הויף פון סולטאַן, אַלץ טיפער זיינען די וואונדן, װאָס מען רֵייסט מיר איין יעדן טאָג, די שנאה האָט טויזנט חלפים, װאָס פאַרשניידט מיר יעדע פרייד! די קנאה וי אַ שלאַנג וויקלט זיך אַרום מיינע פיט. די אידן-האַסער האַלטן שטענדיק די האַק פאַר מיין האַלז. װוי ווערים גראָבן זיי זיך אונטער מיינע טריט. זיי ווייסן ניט וועגן גאָט זייער באַשעפער! מיר טראָגן אַ גרויטע אמונה און יעדע גרויסקייט איז שווער. (דערמאַנט זיך װעגן די אידן) עס איז אייך שלעכט אין די געטאָס! פינצטער און שלעכט זיינען די פעלקער פון אײיראָפּא! טרייסט זיי, די אידן פון אייערע קהילות! גאָט װעט געפינען די רוט װאָס װעט שלאָגן די שלעכטע! די בלינדע אין זייער רשעות װעט גאָט אָננעמען מיט זיין גרויזאַמער האַנט , . . און מיר זאָלן זען, וואוהין צו גיין . . .

(עס קומט אַריין ר' אברהם אועשקי. ער איז מלא שמחה, גייט כמעט טאַנצנדיק),

ר! אבר הם אוש קי: חזזק ונתחזק! אַלע מיינע גלידער זיינען פול מיט תפילה און מיט שמחה! בעזרת ד' פאַרענדיקט די חמישה חומשי תורה! מלאכים האָבן מיר געהאָלפן, זיי האָבן אַװועקגענומען דעם שלאָף פון מיינע אויגן און פאַרטריבן די מידקייט פון מיין גוף !

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: גאָט זאָל אייך דערפרייען פאַר אייער בשורה, ר' אברהם אושקי !

ר ' ש ל מ ה : געלויבט איז גאָט, װאָס מיר זיינען אנגעקומען אַהער אין דעם גליקלעכן טאָג! עס איז אַ רמז מן השמים, אַז גאָט פאַרגעסט אונז ניט!

(עס קומען אַריין רעינאַ און גרעטא.)

| 1

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ: עס איז אויפגעלויכטן אַ ליכט אין פּעראַראַ! און װעט מונטערן די שװאַכע, און װעט ווייזן דעם וועג צו די, װאָס האָבן חלילה דעם ועג פאַרלאָרן !

ר' אברהם אושקי: אװאַןאָנזאָג איז דאָס, מיר זאָלן ביי זיך ניט פאַלן אין יאָרן פון שווערן נסיון,

(דינער ברענגען אַרין ורין אויף טאַצן),

דאָנאַ גראציאַ װױיזט אַלעמען מעןזאָלנעמען די גלעזלאך): עס איז היינט ביי אונו אַ סאָג פון שמחה ! (זי דערלאַנגט א גלעזל וױין ר' אברהם אועסקי) און איך וועל פאַרדינען די מצווה פון באַדינען א תלמיד חכם,

רוש אַלע שטײיש מיט די גלעזלאַך אין די הענט קומט אַריץן בריאַנדאַ.. ר ע * נ א {; סאַנטע בריאבוא +‏ . עס פאַלט אַ שטילקייט. אַלע שטעלן אַוועק די גלעזלעך)

בר יאנדאַ סי איז אַנגעטאָן אין שװואַרצע קליידער פון אבלות. זי איז באָר- װעס, אָן שיך, וי אַ זינדיקע). עס זיינען מקוים געװאָרן דיינע רייד, גראַציאַ. גאָט האָט זיך צוגעהערט צו דיר. איך וואלגער זיך אין שטויב דערפאַר, װאָס איך האָב געלעסטערט זיין נאָמען,

(עס קומט אַריײן דאָן מאַרקאָ. ער רעדט עפּעס שטילערהייט צו ר' שלמה אװ ער גײט אַועק מיט די שליחים)

דאָנאַ גרא ציא: זי קומט שטענדיק צעשסערן מיין רו, און פאַרשטערן מיין שמחה. ווער האָט זי גערופן אַהער ? איבער מיין שוועל ? וואו זי האָט איינמאָל געבראכט מיינע טויט שונאים . . . (קוקט אויף שמואלין מיט פאַרוואורף).

(אַלע שווייגן). בריאַנדאַ. איך בעט בי דיר מחילה, גראַציאַ. דאַנאַ גראַציאַ הקערט אָפּ דעם קאָפּ פון איר): איך האָב דיר אומגעקערט

ול

3

דיינע פאַרמעגנס, איך האָב ניט קיין השגחה איבער זיי מער, מיט די הענט פון אונזערע שונאים האָסטו פאַרברענט דיעגא'ס צוואה. װאָס ווילסטו נאָך פון מיר, בריאַנדאַ?

בריאַנדאַ: דו ביסט זוכה געווען צו דער גדולה פון מעשים טובים, דו ביסט געשוינט און געלויבט און דערהויבן, אַלע קרוינען האָט דיר גאָט געשענקט, און דו ביסט קאַרג אויף מוחל זיין מיר מיין געפאלנקייט,

ד אָנֿאַ ג ר אַ צ יאַ : דין עובגדה איז שטענדיק צו ברענגען מיר וייטיק און פאַרדראָס . . . איך בין מיד פון דיינע טענות, דאָס גאַנצע לעב לאָז מיך צו רה בריאנדא.

ב ריא נדא: אַ קליין שװאַך האַרץ האָט מיר גאָט געגעבן, און איך האָב ניט געקענט בייקומען מיינע תאוות. איך בין שטענדיק געווען קליין און נישטיק און ני- דעריק קעגן דיר. פאַרװאָס בעטן ניט די שטאַרקע מחילה ביי די פאַרטײלטע? פאַר- װאָס בעטן ניט די שטאָלצע מחילה ביי די, װאָס האָבן דעם אַרומגעשניטענעם חלק אויף דער װעלט? איך פאַרשטיי ניט גאָט'ס ווילן, נאָר מסתם איז ער גערעכט. איך האָב געבענטשט זיין נאָמען און עס קומט מיר מחילה, גראַציאַ. צדקות און רשעות זיינען אַזױ נאָענט איינע צו די אַנדערע, אַז עס איז גרינג געשטרויכלט צו ווערן. עס קומט מיר מחילה, גראַציא,

ד אָנאַ ג ר אַצ יאַ ; א מיר קומט רו (זי הויבט אָן אַוועקגיי). ד אָן מ י קע ז: דאָנאַ גראַציאַ, עס מוז זיין שלום אין דער משפּחה נשיא,

ד אָ נאַ ג ר אַ צ יאַ: אױב עס איז ניטאָ קיין שלום אין האַרצן, קען מען עס ניט באַשאַפן. איך האָב קיינמאָל ניט פארלאנגט קיין צביעות פון אַנדערע און קיינער קען עס פון מיר ניט פאַרלאנגען.

ר' אברהם אושקי: גגנעדיקע דאָנאַ גראַציאַ, אייער שוװועסטער האָט געטאָן תשובה און עס קומט איר מחילה, ווייל עס שטייט בפירוש אָנגעזאָגט: דאָרט וואו אַ בעל תשובה קען שטיין, קען אַ צדיק גמור זיין אָרט ניט פאַרנעמען

דאָנאַ גראַציאַ איבעראַשט פון זיין אַריינמישן זיך): וי איז מעגלעך, אַז דער דין זאָל . , . פאָדערן פון מיר . . . געבן מיין האַרץ . * .

ר' א ב רדח ם אוש קי:; דאָס מענטשלעכע האַרץ קען פאַרבלענדעט זיין, און דאָס װאָס עס האָבן געזאָגט אונזערע חכמים איז קלאָר, װוי דער לויטערער קװאַל,

ד אָ נ אַ ג ר אַ צי אַ: איך בין זי מוחל, אויב עס קומט איר מחילה,

ד אַ נאַ ב ר י אַ נד אַ : דער עלנטער בלייבט עלנט ...

| 4 {

ור' אברהם אושקי: אוךןעס קומט איער שוועסטער כבוד און דערהויבוגג, ווייל זי האָט דערהויבן גאָט'ס נאָמען, זי שטייט אַ בארוועסע און אין שפלות קעגן אייך,

ג ר אַ צ ‏ אַ: איך װעל איר אָפּגעבן כבוד און דערהויבן, אוב אַװי איז אייער פסק, ר' אברהם אושקי. איך וועל איר ברענגען די שיך און װעל זיי איר אָנטאָן, אוב אַזױ בין איך פחוייב צו טאָן, זי לאָזט זיך גיין),

ר ע י נ אַ 1 מאַמאַ, איך װעל עס טאָן, ניט דה

דאָנאַ גראַציאַ: װער עס איז מחייב, יענער דאַרף טאָן רעינאַ.

ד אַ 1 אַ ב ר י אַ 1 ד א שריט אױם היסטעריש): ויי איז דעם װאָס איז געבראַכן פון יסורים און דערהויבן פון געפאַלנקײט! (זי הויבט זיך אָן וואַקלען, גרעטאַ און רעינאַ פירן זי אַרױס, אַלט גײיען נאָך זי

(עס קומען אַרױס די דרי שליחים מיט דאָן מאַרקאָ)

דאָן מאַר קאָ: דיגוטע בעלי מלאכות זאָלט איר אויסקלייבן -- אַזױ איז דער פאַרלאַנג פון דאָנאַ גראַציאַ, אַזױ האָט זי צוגעזאָגט דעם סולטאַן. די שמידן, די וועם מייסטער און די אייזן"שמעלצער.

ר' ש למ ה: איןא גליקלעכן טאָג זיינען מיר געקומען, געלויבט איז גאָט,

דאָן מאַרקאָ: און די װאָס קענען נאָך ניט גוט די מלאכות, זאָלן זיך לערנען, זיי זאָלן ניט זיצן מיט פאַרלײגטע הענט און ווארטן אויפן שליה,. איך שיק אַרויס מענטשן, װאָס װועלן זיי לערנען.

ר' של מ ה: איר זאַלט אַלע געבענטשט זיין אין דעם הויז.

ערשטער איד: איךרװויל נעמעןא ברכה פון דער ליכטיקער באַשיצערין... אוי, און ווען וועט זיך שוין עגדיקן דער גלות .. .

דאָן מאַדקאָ: קומט, איך װעל אייך אַריינפירן צו איר. זיי גייען אַלע אַרין אין פּאַלאַץ).

(אויף דער טעראַסע ווערט שטיל. אין פּאַלאַץ צינדן זיך אָן די שויבן. מען הערט פון דאָרט אַ געזאנג).

פרייט זיך מיט דער פרייד פון דער תורה, חזק ונתחזק, עס װעט אונז לויכטן דאָס ליכט פון דער תורה, חזק ונתחזק,

1

עס װעט אונז זאַמלען דער מלך המשיח, חזק ו:תחזק,

אין אונזער לאַנד במהרה בימינו,

חזק וגתחזק,

(אויפן הויף קומט אַרױף באַראָן דע רען. ער שטײט אַ וױילע, באַטראַכט די ליכטיקע שױבן. עס קומט אָן פּעדרא, דערזעט אים און לויפט אים אַנטקעגן.

פּ עדר אָ: הױכגעבאָרענער באַראָן דע רען! איך לויף שוין מעלדן דער גנע- דיקער דאָנאַ! עס איז אַ שמחה אין פּאלאץ! דער הערצאָג דאַרף היינט קומען. װויזט אויף דער פּאָן פון פעראַראַ. ער נעמט אָן אַ פולע ברוסט מיט לופט אויף אויסרופן דעם באַראַנס נאָמען. דער באַראָן האַלט אים אָפ).

באַר אָן דע ר ען: ניט נויטיק, פּעדרא. איך בין ניט געגרייט זיין היינט אויף אַ באַל. דערלאַנג וויין און מיר װעלן ביידע טרינקען. ‏

פּעדרא: איר שפּאַסט, הױיכגעבאָרענער באַראָן! וי װאַג איך צו טרינקען מיט אייך! (ער דערלאנגט דעם באַראָן אויף אַ טעצל איין גלעזל),

ב אַ ר אָ ן: טרינק, פּעדרא, דאָ איז דער הויף פון פרידן אַ לייב און אַ שעפּס וואוינען צוזאַמען און זיינען איינע די אַנדערע ניט מטריח. (ער טרינקט אױיס זיין ורין) גוטער ויין, איך עצה דיך, פעדרא, דו זאָלסט אים פאַרזוכן,

פּ ע ד ר א: הױכגעבוירענער באַראָן, אויב איר מיינט עס מיט אַן אמת, אַז איר װוילט מיט מיר אויסטרינקען אַ גלעזל וויין, װעל איך האָבן דאָט גאַנצע לעבן צו געדענקען, אַז איך האָב געטרונקען וויין מיט באַראָן דע רען.

ב אַ ר אָן: געויס, פּעדרא, געוויס. (פעדרא טרינקט אױס אַ גלעזל ורין).

(אין טיר באַוייזט זיך דאַנאַ גראַציאַ מיט אַ בריוו אין האַנט).

דאַנאַ גראציאַ: פעדרא! שיק אָפּאַ רייטער מיט דעם בריוו'... זי דערזעט דעם באַראָן), באַראָן! באַראָן.. . (באַהערשט זיך) איר האָט מיר פאַרשפּארט א שטאַ- פעט, באַראָן, דער בריוו איז צו אייך,

ב אד אָן: איך װאָלט אַזױ גליקלעך געווען, ווען איך װאָלט געקראָגן דעם בריוו... איך האָב אַזױ לאַנג געווארט אויף אים . . . איר זיינט אַזױ בלייך, מאַדאַם. איז דער בריוו אַזױ טרויעריק?

ד אָ נ אַ ג ר אַ צ * אַ : איר װעט אים לייענען, באַראָן. (ער נעמט בײ איר דעס בריו).

}61

8

ב אַר אָן: איך װעל אים האַלטן, איך װעל אים ניט לייענען איצט. עס װאָלט געווען צופיל גליק אייך זען און באַקומען אַ בריוו פוֹן אייך, מען דאַרף זיין שפּאָרזאַם מיט גליק, עס איז דאָ אַזױ װײיגיק, און אַזױ זעלטן

דאַנאַ גר אַ ציאַ: או איר זיינט גאָרניט נייגעריק צו זען, װאָס איך האָב געשריבן, באַראָן ?

ב אַ ר אָ ן : אַמאָל, ווען איך װעל זיין אָן האָפענונג, װעל איך עפענען אייער בריוו, און הערן אייער שטים און אייך פרעגן: ואו זיינט איר 1 אפילו ווען איך זע אייך, ווייס איך קיינמאָל ניט, ווא איר זיינט,

דאָנאַ ג ר אַ ציאַ: מיר פאַרלאָזן אייראפא, באַראָן. מען האָט אונז דאָ באַ" רויבט, און געשטראָפט אָן זינד, איך פאַרלאָז דאָ אַלץ מיט פאריבל . . . אויסער אייער פריינטשאַפט, באַראָן,

ב אַ ר אָ ן: מאַדאַם מענדעס י ו.

ד אָ ג אַ ג ר אַ צ יי א (רייסט אים איבער): נשיא איז איצט מיין נאָמען מיר זיינען אַריבער צום אידישן גלויבן, באַראָן.

באַר ד |: מאַדאַם נשיא, גלויבט מיר, עס איז ניט כדאי אָנלייגן װועג אויף גיין פון איין גאָט צו דעם אַנדערן, עס האָט קיין איינציקער פון זיי ניט באַשאַפן קיין גליק פאַרן מענטשן, ניט מיין גאָס פאַר מיר, און ניט אייערער פאַר אייך, מאַדאַם נשיא.

דאָנאַ גראַציאַ1 איך בין היינט גליקלעך. מיר האָבן פאַרענדיקט דעם חומש פעראַראַ.

ב אַר אָן: װאָס? איך פאַרשטײ ניט.,. װאָס פאַר אַ גליק איז דאָס ? ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: פדי דאָס צו פאַרשטיין, דאַרף מען זיין אַ איד, באַראָן.

באַראָן: אָייע... יע... דאָס איז אויפגעגעסן ווערן פון אמונה און זיין גליקלעך דערפון, דאָס הייסט, אַזױ שטאַרק באַוואונדערן דעם ים, אַז מען זאָל װעלן דערטרונקען ווערן אין אים, דאָס אי + . .

דאָנאַ גראַציאַ: װכט ניט קיין דערקלערונגען, באַראָן, דאָס איז אמונה,

ב אַר אָן: איך האָב שטענדיק באַװאונדערט אייער איבערגעבנקייט צו עפּעס, װאָס איך פאַרשטײ ניט --- און עס האָט מיר פאַרשאַפט צער און צעשיידונג, און איך האָב עס ליב אין אייך, מאַדאַם נשיא. איך בין אַזױ אומגליקלעך געווען צוליב אייער אמונה, אַז איך האָב זי כמעט ליב געקראָגן . . . (לאַכט) דאָס איז דאכט זיך זייער אידישלעך,

77 {

מאַדאַם נשיא, ליב האָבן דאָס העכסטע וועזן, װאָס מאַכט אַמהעכסטן אומגליקלעך . . . איך בין כמעט אַ איד,

ד אָ נ אַ ג ר אַ צ י אַ: איר האָט מיר אַמאָל געזאָגט, אַז איר שטאַמט פון צען דורות באַראָנען.

ב אַ ר אָ ן: יע, פון וועלכע איינער איז באַגאַנגען זעלטסטמאָרד צוליב אומ" גליקלעכער ליבע, און דער צווייטער --- צוליב אַנטוישונג אין אַ גליקלעכער. נישט קיין צו הויכער אָפּשטאַט, מאַדאַם. און איר שטאַמט פון אַ משפחה, האָט איר מיר געזאָגט ...

ד אָנאַ גראַ ציאַ: פון װועלכער צויי זיינען געגאַנגען אויף קידוש השם,

ב אַ ױ אָן: נישט קיין העכערער אָפּשטאַם, מאַדאַם! איינער שטאַרבט צוליבן עפּל, און איינער צוליבן בוים װאָס באַשאַפט אים. און איר פאָרט אַװעק פון אײיראָפּע, איר ציט זיך אַװעק נאָך אייער גאָט אין דער מדבר . . . איר ועט דאָך נאָך מיר בענקען, מאַדאַם? אַ סימן איז אייער בריו,

ד אָ 3 אַ ג ר אַ צ * אַ : צו װאָס זאָל איך לייקענען? געוויס באַראָן. איך בין צוגעוואוינט צו דעם געפיל,

ב אַ ר אָן: און איר װועט זיין אומגליקלעך, וי איך . . . נאָר איר װעט עס אָנרופן מיטן אידישן נאָמען --- ביישטיין דעם נסיון -- און...

ד אָנאַ ג ר אַ ציאַ: א דאָס איז אַ גרויסער גליק, באַראָן,. איר װעט עס ניט באַגרײיפן, דאָס איז זיין באַהאָפטן מיט דער אײיביקייט פון גאָט,

(פון טאַלאַץ דערהערט מען אַ געזאנג),

פרייט זיך מיט דער פרייד פון דער תורה,

חזק ונתחזק;

עס װעט אונז לויכטן דאָס ליכט פון דער תורה,

חזק ונתחזק,

ב אַ ד אָ ן : װאָס פאַר אַ גליקלעך געזאנג . . . פון גע'רודפ'טע מענטשן, װאָס אַנטלױפן פון אַ בייזער ערד. איך באַגרײף דאָס ניט. איך בין דאָ אַ זייטיקער, מאַדאַם נשיא. באַרירט מיך מיט אייערע ליפּן, אפשר װועט עס מיך אָנשטעקן מיט אייער גלויבן, אפשר על איך פול ווערן מיט גליק וי זיי און גיין אַ פריידיקער אין דער מדבר. (ער מאַכט אַ באַוועגונג צו איר),

| ד אָנ אַ ג ר אַצ יאַ-. מאַכט אַ טריט אױף צוריק): לאָזט איבער פאַר מיר, באַראָן, דעם קליינעם נצחון. עס װעט זיין גרינגער פאַר מיר, איך בין אַזױ באַלאָדן

} 81

אַז עס איז מיר אַמאָל שווער צו שטיין. (קליינע פאוזע). קומט, באַראָן, מיין משפּחה װועט זיין צופרידן אייך צו וֹעֶן

באַראָן: איך בין דאָ אַ זייטיקער, מאַדאַם נשיא, אַ זייטיקער, (ער גיט זי אַ קתט אין האַנט. שטעלט זיך אָפּ אַ וויילע) עס איו כדאי געווען נאָכפאָרן אייך דאָס גאַנצע לעבן, מאַדאַם נשיא, עס איז כדאי געווען.

ד אָ 1 אַ ג ר א צ ' אַ: פאַרװאָט, באַראָן?

באַראָן: איך האָב געזען װי מענטשן מאַכן גרויס אַ גאָט. (ער גייט אַוועק)

דאָנאַ גראַציאַ (בלײבט שטין װי פאַריחלומ'ט און רעדט צו זיך באַװועגנדיק זיך לאַנגואָס אין דער ריכטוג, וואוהין דער באַראָן איז אַװעק): שוער זיינען דיינע וועגן, גאָט , , , און אומפאַרשטענדלעך . . מען דאַרף גיין אין דער מדבר פערציק יאָריא און מען שטאַרבט אין דער מדכר. באַראָן.,.. וי אָרעם איך בין, אַז איר זיינט אַװעק, באַראָן + . .

ר עינאַ (קומט איר אָן אַנטקען): מאמאַ . . . ביסט טריעריק.

דאָנא גראציאַ שאָקלט מיטן קאָפּ אויף יאָ)

ר ע י נ אַ +: מאַמאַ, גרעטאַ האָט מיר צוריקגעגעבן די קמע. טו עס מיר אָן אויפן האַלז, איך האָב זי ליב,

דאָנא גראַציאַ (קומט צוזין): אַ קמע!

ר ע נ אַ 1 יע, דו האָסט עס מיר אַמאָל געגעבן, געדענקסט? אברהם פירט יצחקין צו דער עקדה,

דאָנאַ גראציאַ: יש איך געדענק. איך װעל זי היינט טראָגן, רעינאַ. טו זי מיר אָן אויפן האַלו (רעינאַ טוט איר אָן די קמע)

(מען דערהערט דעם הערצאָגלעסן הימן. פו די טירן פון פּאַלאַץ קומען ארױס באַדינער מיט ברענענדיקע שטררקאַצן אויף באַגעגענען דעם הערצאַג. עס קומען אַרױס די מיטגלידער פון דער משפחה נשיא. בריאַנדאַ נעמט גראַציאַן בי דער האַנט)

בריאַנדא: איצט גייען מיר צוזאַמען, גראַציאַ. (אַלע גייען באַגעגענען דעם הער" צאָג. אויפן הויף קומען אַרויף די ערשטע פאַנענטרעגער פון דעם הערצאַגִים סוויטע)

/ פ אָד האַנג /